Acts 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש6

ו און אין די דאָזיקע טעג, ווען די צאָל פוּן משיחס תּלמידים האָט זיך געטאָן פאַרמערן, איז געוואָרן אַ געמוּרמל פון די העלעניסטן [היהודים דוברי-יוונית] קעגן די [סברה] עִברִים, מחמת זייערע [דוברי-יוונית] אַלמָנות זענען פאַרנאַכלעסיקט געוואָרן אין דער טעגלעכער חלֻקַּת הַסַּעַד. 2 און די 12 האָבּן צוּ זיך גערוּפן די עֵדה פוּן משיחס תּלמידים, און האָבּן געזאָגט: עס איז נישט רעכט, אַז מיר זאָלן פאַרלאָזן דאָס דָּבָר ה' פון בּשורת הגאולה, און זיך פאַרנעמען מיט דינען בּיי טישן. 3 על-כּן, אֲנָשִִם אַחִים, זוּכט אויס פוּן צווישן אייך 7 אחים במשיח, בַּעֲלֵי שֶם טוב, פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש און מיט חָכמה, וועמען מיר זאָלן בּאַשטימען איבּער דעם דאָזיקן ענין. 4 און מיר וועלן אָנהאַלטן אין דאַווענענדיק און אין דער עַבוֹדת קודש פוּן דעם דָּבָר ה'. 5 און די דאָזיקע דָּבָר זענען וואוילגעפעלן געוואָרן דער כָּל הַקָּהָל [משיחס קהל], און זיי האָבּן אויסדערוויילט סְטֵפָנוֹס, אַ מענטשן פוּל מיט אֶמוּנה און מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און פיליפּוּסן, און פּראָכאָרוּסן, און ניקאַנאָרן, און טימאָנען, און פּאַרמענאַסן, און ניקאָלאַוֹסן, אַ גֶר פוּן אַנְטִיוֹכְיָה. 6 די דאָזיקע האָבּן זיי געשטעלט פאַר מָשיחַס שלִיחים, און ווען זיי האָבן געטאָן דאַווענענדיק , זיי האָבּן אויף זיי אַרויפגעלייגט זייערע הענט מיט סְמִיכָה. 7 און דאָס דָּבָר ה' [פון בּשורת הגאולה] איז געוואַקסן, און די צאָל פוּן משיחס תּלמידים האָט זיך שטאַרק פאַרמערט אין ירוּשָלַיִם; און אַפילו אַ גרויסע מאַסע פוּן די כֹּהַנים זענען געווען געהאָרכזאַם צום [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 8 און סְטֵפָנוֹס, פוּל מיט חֶסֶד און גבוּרה, האָט געטאָן גרויסע אוֹתוֹת און מוֹפְתִים גְדוֹלים צווישן הָעָם [יִשׂרָאֵל]. 9 אָבּער עס זענען אויפגעשטאַנען עטלעכע בְּנֵי אָדָם פוּן דער שוּל, וואָס האָט געהייסן די שוּל פוּן די משוחרָרִים; און אויך פוּן די קירעניער, און אַלעקסאַנדריער, קיליקיער און אַזיער, און האַבּן זיך מִתווַכֵּחַ געווען מיט סְטֵפָנוֹס. 10 און זיי האַבּן נישט געקענט אַקעגנשטיין די חָכמה און דעם רוּחַ הַקוֹדֶש דוּרך וועלכן סְטֵפָנוֹס האָט גערעדט. 11 דאַן האַבּן זיי אונטערגעשטעלט בְּנֵי אָדָם, וואָס האַבּן געזאָגט: מיר האַבּן אים געהערט רעדן דִּבְרֵי נְאָצָה קעגן מֹשהן און חִלוּל ה'. 12 און זיי האַבּן אויפגעהעצט הָעָם און די זקֵנים, און די סוֹפרים [רַבָּנִים], און זענען געקוּמען אויף אים, און האַבּן אים גענומען מיט געוואַלד, און אים געבּראַכט פאַר דעם סַנהֶדרין; 13 און זיי האַבּן אויפגעשטעלט עֵדֵי שֶקֶר, וואָס האַבּן געזאָגט: דער דאָזיקער בן אדם הערט נישט אויף צוּ רעדן קעגן דעם דאָזיקן מַקוֹם-קָדוש און דער תּוֹרה. 14 מחמת מיר האַבּן אים געהערט זאָגן, אַז דער דאָזיקער יהושע/ישוע פוּן נצֶרֶת וועט חָרוב מאַכן דאָס דאָזיקע המָקוֹם [הקּדוֹש], און וועט ענדערן די חוּקים, וועלכע מֹשה האָט אוּנדז איבּערגעגעבּן [זען יוחנן 21-2:19; מהש 21:24]. 15 און אלע, וואָס זענען געזעסן אין דעם סַנהֶדרין, האַבּן מיט שפּאַנונג געקוקט אויף סְטֵפָנוֹס, און האַבּן געזען זיין פָּנים ווי סע וואַלט געווען דאָס פָּנים פוּן אַ מַלאך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 5
Top of Page
Top of Page