Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש5 ה אָבּער איינער אַ מאַן מיט דעם נאָמען חנַניָה, מיט זיין אִשָה שַפּירָה, האָבּן פאַרקויפט אַ פאַרמעגן 2 און מיט וויסן פון זיין אִשָה האָט ער בּאַהאַלטן אַ טייל פוּן דער הַכנָסה, און ער האָט געבּראַכט [אין בּאַטרוּג] בּלויז אַ חֶלֶק, און האָט געלייגט בּיי די רגלים פוּן משיחס שלִיחים. 3 כֵּיפָא אָבּער האָט געזאָגט: חַנַניָה, פאַרוואָט האָט השָטן אָנגעפילט דיין לֵב צוּ זאָגן אַ ליגן צום רוּחַ הַקוֹדֶש, און צוּ בּאַהאַלטן אַ חֶלֶק פוּן דער הַכנָסה פוּן דעם שָׂדֶה? 4 ווען עס איז געבּליבּן נישט פאַרקויפט, איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס? און אַזוי ווי עס איז פאַרקויפט געוואָרן, איז עס דען נישט געווען אין דיין רשוּת? ווי קוּמט עס, וואָס דוּ האָסט פאַרטראַכט און בּאַשלאָסן די דאָזיקע זאָך אין דיין לֵב? נישט פאַר בְּנֵי אָדָם האָסטוּ געלייקנט, נייערט פאַר אלוקים. 5 און ווען חַנַניָה האָט געהערט די דאָזיקע דברים, איז ער אנידערגעפאלן, און איז אויסגעגאַנגען. און אַ גרויסע מורא איז געקומען איבּער אַלע, וואָס האָבּן דאָס געהערט. 6 און די בחורים זענען אויפגעשטאַנען און האָבּן אים אָנגעטאן תכריכים, און אים זיי האָבּן אַרויסגעטראָגן, און אים מקַבּר געווען. 7 און אין 3 שָעה אַרוּם איז זיין אִשָה אַרייַנגעקוּמען, און זיין אִשָה האָט נישט געוואוּסט וואָס דאָ איז געשען. 8 און כֵּיפָא האָט צוּ איר געזאָגט: זאָג מיר, צי האָט איר פאַרקויפט דאָס שָׂדֶה פאַר אַזויפיל און אַזויפיל? און זי האָט געזאָגט: כֵּן, פאַר אַזויפיל און אַזויפיל. 9 האָט כֵּיפָא צוּ איר געזאָגט: פארוואָס האָט איר אַפּגעמאַכט אינאיינעם צוּ פרוּאוון דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה'? הִנֵּה, די רגלים פוּן די, וואָס האַבּן מקַבּר געווען דיין בַּעַל, זענען בּיי דער פֶּתַח, און זיי וועלן דיך אויך אַרויסטראָגן. 10 און זי איז גלייך אנידערגעפאלן צוּ זיינע רגלים, און איז אויסגעגאַנגען; און די בחורים זענען אַרייַנגעקוּמען, און האַבּן זי געפוּנען אַ טויטע, און זיי האַבּן זי אַרויסגעטראָגן, און זי מקַבּר געווען בּיי איר בַּעַל. 11 און גרויסע יִרְאַת שָמַיִם איז געפאַלן אויף כָּל משיחס ברית חדשה קהִלָּה, און איבּער אלע, וואָס האַבּן דאָס געהערט. 12 און דוּרך די הענט פוּן משיחס שלִיחים זענען אוֹתוֹת און מוֹפתים רַבִּים געטאָן געוואָרן צווישן הָעָם [יִשׂרָאֵל]. און זיי זענען כל געווען צוּזאַמען אין אַחְדוּת אין דעם אוּלָם שלֹמֹה. 13 אָבּער פוּן די איבּעריקע האָט זיך קיינער נישט דערוועגט צוּ משתתף אין חֲבֵרוּת צו זיי; נאַר די מענטשן געהאלטן די יידן אין משיח זער טייער. 14 און אַ סַך מַאמִינים משיחיים אין אֲדוֹנֵנוּ האָבּן זיך פיל פאַרמערט מאַסן פוּן גְבָרִים און פוּן נָשים; 15 אַזוי, אַז מען פלעגט ארויסטראָגן די חוֹלים אין די גאַסן, און האַבּן זיי געלייגט אויף בּעטן און געלעגערס, כּדי, ווען כֵּיפָא וועט פאַרבּייגיין, זאָל כאַטש זיין שאָטן פאַלן אויף עמיצן פוּן זיי. 16 און עס איז זיך אויך צוּזאַמענגעקוּמען דאָס המון מענטשן פוּן די שטעטלעך אַרוּם ירוּשָלַיִם, און זיי האַבּן געבּראַכט די חוֹלים, און די, וואָס זענען געווען געפּלאָגט מיט שדים, און זיי זענען אַלע געהיילט געוואָרן .17 און דער כֹהן-גָדול איז אויפגעשטאַנען, און אלע, וואָס זענען געווען מיט אים, דאָס איז, די כּיתּה פוּן די צדוּקים, און זיי זענען געוואָרן מָלא קִנאה, 18 און זיי האַבּן אַרויפגעלייגט הענט אויף משיחס שלִיחים, און האַבּן זיי אַרייַנגעזעצט אין דער שטאָטישער בֵּית הַסֹּהַר. 19 אָבּער אַ מַלאך ה' האָט בּיינאַכט געעפנט די דַּלְתוֹת פוּן דער בֵּית הַסֹּהַר, און האָט זיי אַרויסגעפירט, און געזאָגט: 20 גייט! שטעלט זיך און רעדט אין דעם בֵּית-הַמִקדש צו הָעָם [יִשׂרָאל] כָּל דִּבְרֵי הַחַיים הָאֵלֶּה. 21 און ווען זיי האַבּן דאָס געהערט, ביי שחרת זענען זיי אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און האַבּן געלערנט תּוֹרה. אָבּער אַז דער כֹּהן-גדול איז געקוּמען, און די, וואָס זענען געווען מיט אים, און האַבּן זיי צוּנויפגערוּפן דעם סַנהֶדרין, און אַלע זקֵנים פוּן די בּנֵי-יִשׂרָאל, און האַבּן געשיקט צו דער בֵּית הַסֹּהַר, מען זאָל זיי בּרענגען. 22 און די מְשָרְתִים זענען אהינגעגאנגען און האַבּן זיי נישט געפוּנען אין דער בֵּית הַסֹּהַר, און זיי האַבּן זיך אוּמגעקערט, און האַבּן דערציילט, 23 אַזוי צוּ זאָגן: מיר האַבּן געפוּנען די בֵּית הַסֹּהַר פעסט פאַרשלאָסן, און די שוֹמרים שטיין בּיי די דלָתוֹת; אָבּער ווען מיר האָבּן זי אויפגעעפנט, האָבּן מיר קיינעם נישט געפוּנען אינעווייניק. 24 און ווי דער נְגִיד בֵּית-הַמִקדש און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן געהערט די דאָזיקע דברים, זענען זיי פארצווייפלט געוואָרן איבּער זיי, וואָס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן. 25 דאַן איז עמיצער געקוּמען און האָט זיי דערציילט: הנה די בְּנֵי אָדָם, וועמען איר האָט אַרייַנגעזעצט אין דער בֵּית הַסֹּהַר, זענען אינם בֵּית-הַמִקדש, און שטייען און זאָגן שעורים צו הָעָם [יִשׂרָאל]. 26 יעמאָלט איז געגאַנגען דער נָגִיד בֵּית-הַמִקדש מיט די מְשָרְתִים און האָט משיחס שליחים געבּראַכט, אָבּער אָן געוואַלט, ווייל זיי האָבּן מורא געהאַט פאַר הָעָם [יִשׂרָאל], טאָמער וועלן זיי פאַרשטיינט ווערן. 27 און אַז זיי האָבּן זיי געבּראַכט, האָבּן זיי זיי אַוועקגעשטעלט פאַר דעם סַנהֶדרן. און דער כֹּהן-גדול האָט זיי געפרעגט, 28 אַזוי צוּ זאָגן: האָבּן מיר אייך נישט שטרענג בּאַפוילן, נישט צוּ זאָגן שעורים אין דעם דאָזיקן נאָמען [זען נאָמען, זכריה 12-6:11 יהושע/ישוע צמח שמוֹ]; און הנה איר האָט אָנגעפילט ירוּשָלַיִם מיט אייער תּוֹרה משיחית, און איר ווילט אויף אוּנדז בּרענגען דאָס דָּם פוּן דעם דאָזיקן איש! 29 אָבּער כֵּיפָא און משיחס שלִיחים האָבּן געענטפערט, און געזאָגט: ה' מוּז מען מער געהאָרכן ווי בְּנֵי אָדָם. 30 דער אלוקים האבותינו האָט אויפגעוועקט יהושע/ישוע, וועמען איר האָט גענומען און אויפגעהאָנגען אויף אַ בּוים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן דָוִד]. 31 אים האָט ה' דערהייכט מיט זיין רעכטער האַנט, צוּ זיין שַר און גואל [אויסלייזער], צוּ געבּן צוּ יִשׂרָאל תּשוּבה און סליחַת חטאים [זען ישעיהו 53:5,11]. 32 און מיר זענען אֵדַת רְאִיָּיה פוּן די דאָזיקע זאַכן, און אויך דער רוּחַ הַקוֹדֶש, וועמען ה' האָט געגעבּן צוּ די, וואָס געהאָרכן אים. 33 און הערנדיק דאָס, האָט עס זיי געשטאָכן אין זייערע לבָבוֹת, און זיי האָבּן געוואָלט זיי טייטן. 34 יעמאָלט איז אויפגעשטאַנען איינער אין דעם סַנהֶדרין, אַ פּרוּש, וואָס האָט געהייסן רַבַן גַמלִיאֵל, אַ תנא, וועמען דאָס כָּל הָעָם האָט געהאַלטן בּכָּבוד, און האָט בּאַפוילן מען זאָל די שליחים אַרויספירן אויף אַ וויילע. 35 דאַן רַבַן גַמלִיאֵל האָט צוּ זיי געזאָגט: אנְשֵי יִשׂרָאל, זייט פאָרזיכטיק וואָס שייך די דאָזיקע מענטשן, וואָס איר גייט טאָן. 36 מחמת לִפְנֵי די דאָזיקע טעג איז אויפגעשטאַנען תּוֹדָס, זאָגנדיק אַז ער איז עפּעס; אין וועמען סע האָבּן זיך בּאַהעפט אַ צאָל בְּנֵי אָדָם, אַן עֶרֶך פוּן 400; אָבּער ער איז געהַרגעט געוואָרן, און אַלע, וואָס זענען אים נאָכגעגאַנגען, זענען צעשפּרייט און צוּנישט געוואָרן. 37 און נאָך אים איז אויפגעשטאַנען יהוּדה הַגלִילי, אין די טעג פוּן דער מִפְקַד הַתּוֹשָבים, און האָט פאַרפירט נאָך זיך אַן אנגעזעענעם טייל פוּן דעם אֲנָשִים; אויך ער איז פאַרלוירן געוואָרן, און אַלע, וואָס זענען אים נאָכגעגאַנגען, זענען צושפּרייט געוואָרן. 38 און איצט זאָג איך אייך, האַלט זיך צוריק פוּן די דאָזיקע בְּנֵי אָדָם, און לאָזט זיי אָפּ; ווייל אויבּ די דאָזיקע עֵצה, אָדער די דאַזיקע זאָך, איז פוּן בְּנֵי אָדָם, וועט זי צעשטערט ווערן; 39 נאָר אויבּ זי איז פוּן ה', וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאָמער וועט איר געפוּנען ווערן קעמפנדיק אויך קעגן ה' [זען מהש 26:14; 22:3]! 40 און זיי האָבּן אים געהאָרכט; און רופנדיק משיחס שלִיחים, און האָבּן זיי לאָזן געבּן מַלקות, און זיי בּאַפוילן נישט צוּ רעדן אין דעם נאָמען פוּן יהושע/ישוע [זען נאָמען, זכריה 12-6:11 יהושע/ישוע צמח שמוֹ], און האָבּן זיי אָפּגעלאָזט. 41 און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן פאַר דעם סַנהֶדרין, און זאגן בּרוּך ה' פרייענדיק זיך וואָס זיי האָבּן זוֹכה געווען צוּ ליידן אוּמכָּבוד צוּליבּ דעם נאָמען [זען נאָמען, זכריה 12-6:11 יהושע/ישוע צמח שמוֹ]. 42 און זיי האָבּן נישט אויפגעהערט יעדן טאָג אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און פון בֵּית צוּ בֵּית, צוּ זאגן שעורים און דרשות וועגן די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |