Acts 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש4

ד און בּשעת זיי האָבּן גערעדט צוּם עולם, זענען אויפגעשטאַנען אויף זיי די כֹּהַנים און דער נגיד פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש און די צדוֹקים, 2 ווייל זיי זענען געווען זער אויפגעראכט צוליבּ דעם, וואָס זיי האָבּן געלערנט העם, און געטאָן אָנזאָגן דוּרך יהושע/ישוע תּחִיַת-הַמֵתים. 3 און זיי האָבּן אויסגעשטרעקט אויף זיי זייערע הענט, און האָבּן זיי אַרייַנגעזעצט אין תפיסה לְמָחֳרָת, מחמת עס איז שוין געווען עֶרֶב. 4 אָבּער רבים פוּן די, וואָס האָבּן געהערט דאָס דָּבָר [שורת הגאולה], האָבּן געגלויבּט; און די צאָל פוּן די מאמינים יהודים איז געווען אַן ערך 5,000. 5 און עס איז געווען לְמָחֳרָת, אַז זייערע שָרים, און זקֵנים, און סוֹפרים [רַבָּנִים], האָבּן זיך פאַרזאַמלט אין ירוּשָלַיִם, 6 און חָנָן, דער כֹהן-גָדול, איז דאָרט געווען, און קיָפָא און יוֹחָנָן און אלֶקסַנדער, און כל, וואָס זענען געווען פוּן מִשפָּחה פון כֹּהן-גָדול. 7 און מען האָט זיי אַוועקגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט: מיט וועלכן כּוֹחַ, אָדער אין וועלכן נאָמען, האָט איר דאָס געטאָן? 8 יעמאָלט איז כֵּיפָא, פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, צוּ זיי געזאָגט: איר שָרים פוּן העם, און איר זקֵנים פון ישראל; 9 אויבּ מיר ווערן היינט אויסגעפאָרשט וועגן דער מַעֲשֶה טוֹב, וואָס מיר האָבּן געטאָן דעם איש חוֹלה, דוּרך וואָס ער איז געהיילט געוואָרן, 10 זאָל דאָס זיין בּאַקאַנט פאַר אייך כל, און פאַר כלל יִשׂרָאל, אַז אין דעם נאָמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, וועמען איר האָט לאָזן אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן דָּוִד], און וועמען ה' האָט מחַיֵה-מֵתים געווען, אַז דוּרך אים טוּט דער דאָזיקער בן אדם דאָ שטיין פאַר אייך געזוּנט. 11 דאָס איז הָאֶבֶן [דער שטיין], וואָס איז פוּן אייך הַבּוֹנים [בּוימייַנסטערס] פאַרוואָרפן געוואָרן, און וואָס איז געוואָרן צוּם רֹאש פִנָה, ווינקל-שטיין [תהלים 118:22; ישעיהו 28:16; זכריה 10:4]. 12 און עס איז נישטאָ אין קיין שוּם אַנדערן קיין ישוּעת אלוקינו, מחמת עס איז אויך נישטאָ אוּנטער דעם שָמַיִם קיין אַנדערער נאָמען, וואָס איז געגעבּן געוואָרן צווישן בְּנֵי אָדָם, וואָס אין אים זאָלן מיר אין ישועת אלוקינו פאַרשפּאָט ווערן פון מִשפּט ה' אין יוֹם הדין. 13 און ווען זיי האָבּן געזען די בּטחון און צוטרוי און אֹמֶץ לֵב פוּן כֵּיפָא און יוֹחָנָן, און האָבּן פאַרשטאַנען, אַז זיי זענען געווען נישט קיין ישיבה געלערנטע, נייערט איינפאַכע מענטשן [זען קורא 21-1:20], זענען זיי נִשתּוֹמם געוואָרן; און זיי האָבּן דערקענט, אַז זיי זענען געווען מיט יהושע/ישוע. 14 און ווען זיי האָבּן געזען דעם בן אדם ,וואָס איז געהיילט געוואָרן, שטיין מיט זיי, האָבּן זיי גאָרנישט געקענט זאָגן אַנטקעגן דעם. 15 זיי האָבּן זיי אָבּער בּאַפוילן אַרויסצוּגיין מחוּץ דעם סַנהֶדרין, און האָבּן זיך מיַעץ געווען צווישן זיך איינער מיטן אנדערן, 16 און געזאָגט: וואָס זאָלן מיר טאָן מיט די דאָזיקע בְּנֵי אָדָם? ווייל אַז אַ גרויסער נֶס איז דוּרך זיי געטאָן געוואָרן, איז קלאָר צו אלע, וואָס וואוינען אין ירוּשָלַיִם, און מיר קענען דאָס נישט פאַרלייקענען. 17 נאָר כּדי דאָס זאָל זיך נישט ווייטער פאַרשפּרייטן צווישן העם [יִשׂרָאֵל], זיי לאָמיר אונדז מאכן דראָאונג, פוּן איצט-אָן מער נישט צוּ רעדן צוּ קיינעם בַּשֵּם הַזֶּה 18 און זיי האָבּן זיי גערוּפן, און בּאַפוילן אינגאַנצן נישט צוּ זאָגן דרשות אָדער שעורים בַּשֵּם יהושע/ישוע. 19 אָבּער כֵּיפָא און יוֹחָנָן האָבּן זיי געענטפערט: צי עס איז מֻצְדָּק אין די אויגן פוּן ה', מיר זאָלן אייך מער געהאָרכן ווי ה', מִשפּט איר אַליין; 20 ווייל מיר קענען נישט אַנדערש ווי רעדן דאָס, וואָס מיר האָבּן געזען און געהערט [זען יוחא 1:1]. 21 און זיי האָבּן זיי נאָכאמאָל געוואָרנט, און האָבּן זיי אָפּגעלאָזט, ווייל זיי האָבּן גאָרנישט געפוּנען וויאַזוי זיי צוּ בּאַשטראָפן, צוּליבּ העם [יִשׂרָאֵל]; ווייל כל האָבּן געזאָגט בָּרוּך ה' פאַר דעם, וואָס איז געשען. 22 ווייל דער בן אדם איז געווען עלטער ווי 40 יאָר, צוּ וועמען עס איז געטון געוואָרן דאָס דאָזיקע נֶס פון רִפּוּי [איש פִּסֵּחַ מִבֶּטֶן אִמּוֹ]. 23 און אַז מען האָט זיי אָפּגעלאָזט, זענען זיי געגאַנגען צוּ זייערע חברים, און האָבּן דערציילט אַלצדינג, וואָס די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים האָבּן צוּ זיי געזאָגט. 24 און ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי אַלע צוּזאַמען אויפגעהויבּן זייער קוֹל צוּ ה', און האָבּן געזאָגט: אָ ריבּונו של עולם, אַתָה אֲשֶר עָשִיתָ אֶת־הַשָמַיִם וְאֶת־הָאָרֶץ אֶת־הַיָם וְאֶת־כָל־אֲשֶר־בָּם; 25 און וואָס דוּרך דעם מויל פוּן אָבִינוּ דָוִד, דיין עֶבֶד, האָסטוּ געזאָגט דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש: לָמָה רָגְשוּ גוֹיִם ולְאֻמִּים יֶהְגּוּ־רִיק? 26 יִתְיַצְבוּ מַלְכֵי־אֶרֶץ וְרוֹזְנִים נוֹסְדוּ־יָחַד עַל־ה' וְעַל־מְשִיחוֹ [תהלים 2-2:1]. 27 ווייל בּאמת, אין דער דאָזיקער עִיר האָבּן זיך פאַרזאַמלט קעגן דיין עֶבֶד הקָדוֹש יהושע/ישוע, וועמען מָשַחְתָּ [דוּ האָסט געזאָלבּט] הוֹרדוס און פּוֹנְטְיוּס פִּילָטוֹס מיט די גּוֹיִם און דיין עם יִשׂרָאל, 28 צוּ טאָן וואָס דיין האַנט און דיין עֵצה האָבּן פאָרויס גוֹזר געווען, אַז סע זאָל געשען. 29 און איצט, אֲדֹנָי, קוּק אויף זייערע דראָאונגען, און גּיבּ דיינע עבדים צוּ רעדן דיין דָּבָר [בּשורת הגאולה] מיט כל בּטחון און צוטרוי און אֹמֶץ לֵב, 30 בּשעת דוּ טוּסט אויסשטרעקן דיין האַנט צוּ היילן, און צו טאָן אותות און מופתים נִסים דוּרך דעם נאָמען פוּן דיין עֶבֶד הַקָּדוֹש יהושע/ישוע. 31 און בּשעת זיי זענען דאווענען , האָט אויפגעציטערט דאָס אָרט, אין וועלכן זיי זענען געווען פאַרזאַמלט; און זיי זענען אלע געוואָרן פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און זיי האָבּן גערעדט דאָס דָּבָר פוּן ה' [בּשורת הגאולה] מיט אֹמֶץ לֵב. 32 און די קהילה גדולה פוּן די מַאמִינים יהודים זענען געווען ווי פוּן לֵב אֶחָד און נֶפֶש אַחַת; און קיין איינציקער פוּן זיי האָט נישט געזאָגט, אַז עפּעס פוּן זיין בּאַזיץ איז זיין אייגנס, נאָר אַלץ בּיי זיי געווען בּשוּתפות. 33 און מיט גרויס גבורה האָבּן משיחס שלִיחים עֵדות געזאָגט אויף דעם אויפשטיין תחית-המתים פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע; און חֶסֶד רַב איז געווען אויף זיי אַלעמען. 34 און עס איז אויך נישט געווען צווישן זיי קיינער, וואָס איז געווען נצרך; ווייל כל בּעלי השָׂדוֹת און בּעלי הבָּתִים, האָבּן די דאָזיקע פאַרקויפט, און האָבּן געבּראַכט די הכנָסה פוּן דעם, וואָס איז פאַרקויפט געוואָרן, 35 און האָבּן דאָס אַנידערגעלייגט בּיי די רגלים פוּן משיחס שלִיחים: און עס איז צעטיילט געוואָרן צו יעדן איינעם, לויט זיינע צֹרֶךְ. 36 און יוֹסף, אִיש לֵוִי וואָס האָט געשטאַמט פוּן קַפְרִיסִין, וואָס איז פוּן די שלִיחים גערוּפן געוואָרן מיט דעם צוּנאָמען בַּר-נַבָּא -- וואָס איז טייַטש: בֶּן הַנֶּחָמָה, 37 האָט פאַרקויפט אַ שָׂדֶה, וואָס האָט אים געהערט, און האָט געבּראַכט דאָס געלט, און עס געלייגט צוּ די רגלים פוּן משיחס שלִיחים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 3
Top of Page
Top of Page