Acts 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש3

ג און כֵּיפָא און יוֹחָנָן זענען צוּזאַמען אַרויפגעגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין צוּ דאַווענען תּפילת-מִנחה, אין דער 9טער שָעה. 2 און אַ בן אדם, וואָס איז געווען פִּסֵּחַ מִבֶּטֶן אִמּוֹ, איז געטראָגן געוואָרן, און מען פלעגט געלייגט בּיים שַעַר פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש יום יום, וואָס האָט געהייסן דער שַעַר מְהֻדָּר, צוּ בּעטן נדָבות בּיי די, וואָס זענען אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית-המִקדש. 3 און אַז איש פִּסֵּחַ האָט געזען כֵּיפָא און יוֹחָנָן האַלטן אין אַרייַנגיין אין דעם בֵּית-המִקדש, האָט ער זיי געבּעטן אַ נדָבה. 4 און כֵּיפָא האָט אויף אים אַ בּליק געטאָן מיט יוֹחָנָן און געזאָגט: קוּק אויף אוּנדז. 5 און איש פִּסֵּחַ האָט זיי בּאַטראַכט, און געהאָפט עפּעס צוּ בּאַקוּמען פוּן זיי. 6 אָבּער כֵּיפָא האָט געזאָגט: כֶּסֶף און זָהָב האָבּ איך נישט, נאָר וואָס איך האָבּ יאָ, דאָס גיבּ איך דיר: אין דעם נאָמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, שטיי אויף און גיי. 7 און ער האָט אים אָנגענוּמען בּיי דער רעכטער האַנט, און האָט אים אויפגעשטעלט; און תֵיכּף זענען זיינע רגלים און קנעכלעך געשטאַרקט געוואָרן. 8 און ער איז אויפגעשפּרוּנגען און האָט זיך אַנידערגעשטעלט, און האָט אָנגעהויבּן צוּ גיין; און ער איז אַרייַנגעגאַנגען מיט זיי אין דעם בֵּית-הַמִקדש, איז געגאַנגען און געשפּרוּנגען, און האָט געזאָגט בָּרוּך ה'. 9 און דאָס כָּל הָאֲנָשִים האָט אים געזען גיין און געזאָגט בָּרוּך ה'. 10 און זיי האָבּן דערקענט און אים, אַז דאָס איז דער, וואָס איז געזעסן און געבּעטן נדָבות בּיים שַעַר הַמְהֻדָּר פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש; און זיי זענען געוואָרן פוּל מיט נתפעל שטוינען און פאַרוואוּנדערוּנג איבּער דעם, וואָס איז מיט אים געשען. 11 און בּשעת ער האָט זיך געהאַלטן צוּ כֵּיפָא און יוֹחָנָן, איז זיך דאָס כָּל הָאֲנָשִים צוּזאַמענגעלאָפן צוּ זיי אין דעם אוּלָם, וואָס האָט געהייסן אוּלָם שלֹמֹה, און זיי האָבּן זיך שטאַרק שטוינען. 12 און דאָס כֵּיפָא האָט געזען, און האָט ער זיך אָפּגערוּפן צוּם עולם: איר בְּנֵי אָדָם פוּן יִשׂרָאל, וואָס חִידושט איר זיך איבּער דעם דאָזיקן זאַך, אָדער וואָס קוּקט איר אַזוי אויף אוּנדז, גלייך ווי מיט אוּנדזער אייגענעם כּוֹחַ אָדער פרומקייט אָדער חֲסִידוּת האָבּן מיר אים געמאַכט אַרומגיין? 13 ה' דער אלוקים פוּן אַברָהם, און פוּן יִצחָק, און פוּן יַעקֹב, דער אלוקים פוּן אבותינו האָט פאַרהערלעכט זיין עֶבֶד יהושע/ישוע, וועמען איר האָט איבּערגעגעבּן, און פאַרלייקנט פאַר פִּילָטוֹס, ווען ער האָט בּדֵעה געהאַט אים צוּ לאָזן פריי. 14 איר אָבּער האָט פאַרלייקנט הקָדוש און הצַדִּיק [רבּי מֵלך המשיח], און פאַרלאַנגט אַז אַ מאַן אַ רוֹצֵחַ זאָל אייך בּאַגנעדיקט ווערן, 15 און האָט לאָזן טייטן דעם שַר הַחַיים, וועמען ה' האָט מחַיֵה-מֵתים געווען, פוּן וואָס מיר זענען אויגן-עֵדות. 16 און דוּרך דער אֶמוּנה אין זיין נאמען, יהושע/ישוע, האָט דאזיקן בן אדם, וועמען איר זעט און קענט, שטאַרק געמאַכט. זיין נאמען, יהושע/ישוע און די אֶמוּנה, וואָס קוּמט דוּרך אים, האָט אים געגעבּן די דאָזיקע רפואה-שלֵימה פאַר אייך אַלעמען. 17 און איצט, אֲנָשִם אַחִים , איך ווייס, אַז איר האָט דאָס געטאָן אוּמוויסנדיק, ווי אויך אייערע שָרים. 18 אָבּער ה' האָט אויף אַזאַ אופן דערפילט וואָס ה' האָט פאָרויסגעזאָגט דוּרך דעם מויל פוּן כָּל הנבִיאִים, אַז זיין רבי מֵלך המָשיחַ וועט ליידן. 19 דעריבּער טוּט תּשוּבה, און קערט אייך אוּם פוּן אייערע וועגן, כּדי אייערע עבירות זאָלן אויסגעמעקט ווערן, און סע זאָלן קוּמען צייטן פוּן רִוָחָה פאַר דעם פּנים פון ה', 20 און כּדי ער זאָל שיקן דעם פאָרויסבּאשטימטן רבי מֵלך המָשיחַ, יהושע/ישוע, 21 וועמען דער שָמַיִם מוּז מקַבּל זיין, בּיז די צייט, ווען אַלץ וועט צוריקגעשטעלט, פוּן וועלכן ה' האָט גערעדט דוּרך דעם מויל פוּן זיינע נבִיאים הַקְּדוֹשים מֵעוֹלם. 22 מֹשה [רבינו] האָט אויך געזאָגט: נָבִיא יָקִים לָכֶם ה' אֱלֹקֵיכֶם מִקֶרֶב אֲחֵיכֶם, כָמוֹנִי; אֵלָיו תִשְמָעון כְכֹל אֲשֶר יְדַבֵר אֲלֵיכֶם 23 וְהָיָה כָל הַנֶפֶש אֲשֶר לֹא תִשְמַע אֶל הַנָבִיא הַהוא וְנִכְרְתָה מֵעַמֶיהָ [דברים 18:15,19]. 24 און כל הנבִיאִים פוּן שמוּאֵלן אָן, און די, וואָס זענען געווען נאָך אים, זיי האָבּן כל גערעדט פוּן די דאָזיקע טעג. 25 איר זענט די בְנֵי נבִיאִים און בְנֵי הַבְּרִית, וואָס ה' האָט כָּרַת מיט אָבותֵינוּ, ווען ער האָט געזאָגט צוּ אַברָהם: וְנִבְרְכוּ בְזַרְעֲךָ כָל מִשְפְחוֹת הָאֲדָמָה [בראשית 22:18]. 26 פאַר אייך קוֹדם כל האָט ה' אויפגעשטעלט זיין עֶבֶד [זען מהש 3:13], און אים געשיקט אייך צוּ בּענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פוּן זיינע מַעשׂים רעים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 2
Top of Page
Top of Page