Orthodox Hasidic Yiddish Bible טימב3 ג דאָס דאָזיקע אבּער זאָלסטוּ וויסן, אַז אין די לעצטע טעג וועלן קוּמען שווערע צייטן. 2 וואָרעם בני אדם וועלן זיין ליבּהאָבּערס פוּן זיך אַליין, ליבּהאָבּערס פוּן געלט, בּאַרימערס, בַּעלי-גאַווה, לעסטערערס, אומגעהאָרכזאַם צו הוֹרים, אוּמדאַנקבּאַר, פעלנדיק קדושה, 3 אוּממענטשלעך, אוּמפאַרגעבּלעך, רכִילות-טרייַבּער, זוֹללִים פעלנדיק כִּבּוּש הַיֵּצֶר, אכזרים, שׂוֹנאים פוּן גוּטס, 4 פאַררעטעריש, לייכטזיניק, אויפגעבּלאָזן, ליבּהאָבּערס פוּן תַּענוג מער ווי ליבּהאָבּערס פוּן ה', 5 וואָס האָבּן אַן אוֹיסזען פוּן חֲסִידוּת, דאָך פאַרלייקענדיק די קראַפט דערפון. אויך פוּן די דאָזיקע קער דיך אָפּ. 6 וואָרעם פון די דאָזיקע זענען די, וואָס גנבענען זיך אַריין אין בָּתִים, און נעמען געפאַנגען נאַרישע ווייבּלעך, וועלכע זענען בּאַלאָדן מיט עבירות און ווערן פאַרפירט פוּן אַלערליי תּאוות, 7 וואָס תָּמיד לערנען זיי, און קענען קיינמאָל נישט קוּמען צו דער דַּעַת פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 8 און פּונקס ווי יַנֵיס און יַמבּרֵיס האָבּן זיך קעגנגעשטעלט מֹשה רבּנו, אַזוי שטעלן זיך אויך די דאָזיקע אַקייגן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת; בני אדם, וואָס זענען פאַרדאָרבּן אין דַּעַת, און פאַרוואָרפן בּנוֹגֵע דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 9 זיי וועלן אָבּער ווייטער נישט קוּמען; וואָרעם זייער נאַרישקייט וועט ווערן בּאשיינפּערלעך קלאָר פאַר אַלעמען, ווי עס איז אויך געווען מיט יענע. 10 דוּ אָבּער האָסט נאָכגעפאָלגט מיין לערנוּנג, התנהגות, תכלית, אֶמוּנה, אֹרך הרוח, אַהֲבָה, סַבלָנות, 11 רדִיפות, ליידן וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אַנְטִיוֹכְיָה, אין איקאָניום, אין ליסטראַ; וואָס פאַר אַ רדִיפות איך האָבּ איבּערגעטראָגן; און פוּן אַלע האָט מיך הָאָדוֹן מַציל געווען. 12 כֵּן, אַלע, וועלכע ווילן לעבּן פרוּם אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלן גערוֹדֶפט ווערן. 13 אָבּער רשָעים און שַקרָנים וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פאַרפירן און פאַרפירט ווערן. 14 דוּ אָבּער פאַרבּלייַבּ אין דעם, וואָס דוּ האָסט געלערנט און בּיסט איבּערצייגט געוואָרן, ווייסנדיק פון וועמען דוּ האָסט עס געלערנט, 15 און ווייל פוּן קינדווייַז אָן האָסטוּ געקענט די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, וועלכע קענען דיך מאַכן קלוּג פאַר דער ישועת אלוקינו דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 16 אַלע כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש זענען אינספּירירט פוּן ה'ס רוּחַ [הקודש], און זענען נוּצלעך צו לערנען, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות, 17 כּדי דער איש האלוקים זאָל זיין שלֵימוּתדיק, און גרייט פאַר אלערליי מַעשׂים טובים. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |