Orthodox Hasidic Yiddish Bible טימב2 ב על-כּן, דוּ, בְּנִי, התחזק דיך אין דעם חֶסֶד, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 2 און וואָס דוּ האָסט געהערט פוּן מיר פאַר אַ סך עֵדות, דאָס גיבּ איבּער צוּ אנשים נאמנים [זען טימב 1:12], וועלכע וועלן זיין בִּיכוֹלת אויך אַנדערע צוּ לערנען. 3 לייד מיט ווי אַ גוטער זעלנער פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 4 קיין זעלנער פאַרוויקלט זיך נישט אין די עַסָקים פוּן דעם לעבּן; כּדי ער זאָל וואוילגעפעלן ווערן דעם, וואָס האָט אים פאַרשרייבּן פאַר אַ זעלנער. 5 און ווען עמיצער ראַנגלט זיך ווי אַן אטלעט, ווערט ער נישט געקרייֵנט, אויבּ ער האָט זיך נישט געראַנגלט לויט דעם געזעץ. 6 דער אַקערער, וואָס טוּט זיך מיִען, דאַרף זיין דער ערשטער צוּ געניסן פוּן די פֵּירות. 7 פאַרשטיי מיט דַּעַת וואָס איך זאָג; וואָרעם הָאָדוֹן וועט דיר געבּן חכמה אין יעדער זאַך. 8 זְכֹר רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת-המֵתים, און איז פוּן דעם זֶרַע דָוִדן, לויט מיין בּשׂוּרת הגאוּלָה [זען לוקס 31-3:23; מתי 1:25]; 9 פאַר וועלכער איך לייד אַזש בּיז קייטן, ווי אַ פאַרבּרעכער; נאָר דאָס דָּבָר ה' איז נישט געבּוּנדן. 10 דערפאר דערטראָג איך אַלץ איבּער צוליבּ די אויסדערוויילטע, כּדי זיי אויך זאָלן דערגרייכן די ישוּעת אלוקינו, וואָס איז אין רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע, מיט כבוד עוֹלָמִים. 11 אֶמת איז דאָס דָּבָר: אויבּ מיר זענען געשטאָרבּן מיט אים, וועלן מיר אויך לעבּן מיט אים; אויבּ מיר איבּערטראָגן [זען טימב 3:11; מתי 24:13], וועלן מיר אויך קעניגן מיט אים; 12 אויבּ מיר וועלן אים פאַרלייקענען, וועט ער אויך אוּנדז פאַרלייקענען; 13 אויבּ מיר זענען נישט געטריי, פאַרבּלייַבּט ער דאָך געטריי; וואָרעם ער קען זיך אַליין נישט פאַרלייקענען. 14 דאס בּרענג אַלע צום זכרון, בּאַשווערנדיק זיי פאַר ה', זיך נישט צו צאַנקען איבּער ווערטער, וואָס נוּצט צו גאָרנישט, בּלויז צום פאַרדאַרבּן די צוהערער. 15 גיבּ דיר די מי, זיך פאָרצושטעלן פאַר ה' ווי אַן אויסגעפּרוּאווטער פּוֹעֵל, וועלכער דאַרף זיך נישט שעמען, וואָס טיילט אויס ריכטיק דאָס דָּבָר פוּן אֶמת [זען כיפא א 3:16]. 16 מייד אָבּער אויס די אוּמווערדיקע און פּוסטע רייד; וואָרעם זיי דערפירן נאָך צו אַ סך מער רִשעות, 17 און זייער וואָרט צעפרעסט ווי אַ קרעבּס-געשוויר; פון זיי זענען הִימֵנֵאוֹס און פיליטוֹס, 18 וועלכע האָבּן אָפּגענייגט פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, זאָגנדיק אַז עס איז שוין געווען תּחִיַת-המֵתים; און קערן איבּער די אֶמוּנה פוּן אייניקע. 19 דאָך דער יסוֹד הֶחָזָק פוּן ה' שטייט פעסט, האָבּנדיק דעם דאזיקן חוֹתם : האדון קען די, וועלכע זענען זיין [זען מתי 7:23]; און: זאָל זיך אָפּקערן פוּן עָוֶל יעדער איינער, וואָס רוּפט אָן דעם שֲם ה'. 20 אין אַ בית גָּדוֹל זענען פאַראַן נישט בּלויז כֵּלים פוּן זָהָב און פוּן זילבּער, נאָר אויך הילצערנע און ליימענע; און די ערשטע צו כבוד און די לעצטע צו אומכבוד. 21 ווען דערפאר עמיצער וועט זיך לייַטערן פוּן די דאָזיקע, וועט ער זיין אַ כֵּלי צוּ כּבּור, געהייליקט, נוצלעך פאַר ה', גרייט צו אלערליי מַעשׂים טובים. 22 אַנטלויף אָבּער פוּן די יוּגנט-תַּאוות, און יאָג נאָך צדקות, אֶמוּנה, אַהֲבָה, שָלום מיט די, וועלכע רוּפן אָן הָאָדוֹן אויס אַ לֵב טָהוֹר. 23 אבּער נאַרישע און קינדישע מחלוקת זאָלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אַז זיי בּרענגען אַרויס קריגערייען. 24 דעם עֶבֶד פון האדון דאַרף זיך נישט קריגן, נאָר זיין פרייַנטלעך לגבּי אַלעמען, פעאיִק צוּ לערנען אַנדערע, געדוּלדיק, 25 וואָס זאָגט מיט עַנִיוות אויסבּעסערן די ווידערשפּעניקע; אֶפשר וועט ה' זיי שענקען תשוּבָה, צום דערקענען דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, 26 און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם נעץ פוּן הָשָטן אַרויס, וואָס ער האָט זיי געפאַנגען צו זיין רָצון. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |