Orthodox Hasidic Yiddish Bible טימב4 ד איך בּאַפעל דיר פאַר ה' און פאַר רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער וועט מִשפּטן די לעבּעדיקע און די טויטע דוּרך זיין הוֹפָעָה און זיין מלוּכה: 2 הַכְרֵז דאָס דָּבָר ה'! טרעט אויף אין געלעגענער צייט, און אומגעלעגענער צייט; זאָג מוסר, שריי אָן, זיי מַזהיר, מיט כל אֹרֶךְ רוּחַ און לערנוּנג. 3 וואָרעם סע וועט קוּמען די צייט, ווען זיי וועלן נישט פאַרטראָגן די געזוּנטע לערנוּנג; נאָר ווייל זיך איינזאַמלען רבנים לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן [זען ישעיהו 6-53:2], 4 און זיי וועלן אָפּקערן זייערע אויערן פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, און זיך קערן צוּ בָּבא-מַעשׂות [זען גולם, סנהדרין 65ב]. 5 דוּ אָבּער זיי ניכטער אין אַלעם, דערטראָג ליידן, טוּ די אַרבּעט פוּן אַ קרוב רחוקים מבַשׂר, זיי ממַלא דיין עַבוֹדַת קֹדֶש. 6 וואָרעם איך בּין שוֹין געבּראַכט פאַר אַ קָרבּן, און די צייט פוּן מיין אַוועקגיין גענעענט. 7 נלחמתי המלחמה הטובה, איך האָבּ פאַרענדיקט דעם וועטלוֹיף, איך האָבּ געהיט די [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 8 פוּן איצט אָן איז אָנגעבּרייט פאַר מיר די עֲטָרָת פוּן צדקות, וועלכע הָאָדוֹן, דער שוֹפֵט הַצַדִיק, וועט מיר געבּן אין יום ההוא; און נישט בּלויז מיר אַליין, נאָר אויך אַלעמען, וועלכע האָבּן ליבּ [זען טימב 4:10] געהאַט זיין הוֹפָעָה. 9 אייל דיך בּאַלד צו קוּמען צוּ מיר; 10 וואָרעם דִּימַס האָט מיך פאַרלאָזן, ווייל ער האָט ליבּ געהאַט דעם עוֹלם-הַזה [זען לוקס 17:32], און איז אַוועקגעגאַנגען קיין תֶּסָּלוֹנִיקִי, קְרִסִקִיס קיין גָּלַטְיָה, טִיטוֹס קיין דַלְמַטְיָה. 11 לוּקַס אַליין איז מיט מיר. נעם מַרְקוֹס און בּרענג אים מיט דיר; וואָרעם ער איז מיר נוּצלעך פאַר דער עבוֹדת קֹדֶש. 12 טִיכִיקוֹס אָבּער האָבּ איך געשיקט קיין אֶפֶסוֹס. 13 ווען דוּ וועסט קוּמען, זאָלסטוּ בּרענגען דעם בּעקעטשע, וואָס איך האָבּ געלאָזן אין טרוֹאַס בּיי קַרפּוֹס, אויך די ספָרים, און בּפרַט די כתבי הקלף. 14 אַלֶקסַנדר, דער קוּפּערשמיד, האָט מיר פיל בּייז געטאָן; ה' וועט אים פאַרגעלטן לוֹיט זיינע מַעשׂים. 15 פאַר אים טוּ אויך דוּ דיך היטן, מחמת ער האָט זיך שטאַרק אַקעגנגעשטעלט אוּנדזערע רייד. 16 בּיי מיין ערשטער פאַרטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאַנען בּיי מיר, נאָר אַלע האָבּן מיך פאַרלאָזן, זאָל דאָס נישט פאַררעכנט ווערן אויף זייער רעכענוּנג! 17 אָבּער הָאָדוֹן איז געשטאנען בּיי מיר, און האָט מיך געשטאַרקט, כּדי די בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה' זאָל בּאַשטעטיקט ווערן דורך מיר, און כל פעלקער זאָלן זי הערן; און איך בּין נִיצול געוואָרן פוּן דעם לייֵבּס מויל. 18 הָאָדוֹן וועט מיך מַציל זיין פוּן יערן בּייזן ווערק, און וועט מיר ראטעווען צוּ זיין הימלישער מלוּכה; פאַר אים זאָל זיין כָּבוד לעוֹלם וָעֶד. אָמֵן. דרוש בשלום צו פריסקאַ און עַקִילַס, און דעם בני בית פוּן אוֹניסיפורוס. 20 אֶרַסְטוֹס איז פאַרבּלייבּן אין קאָרינט; טראָפימוּסן האָבּ איך איבּערגעלאָזן חוֹלֶה אין מִילֶטוֹס. 21 אייל דיך צוּ קוּמען פאַר ווינטער. דּוֹרֵש בשלום צו דיר פון עוּבּוּלוֹס, און פוּדענס, און לינוּס און קלוֹדְיָה, און כל אַחִים במשיח. 22 הָאָדוֹן זאָל זיין מיט דיין רוּחַ. הַחֶסֶד עִמָּכֶם. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |