2 Corinthians 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב9

ט און בּנוֹגֵע דער הילף פאַר די יהודים אין משיח אין ירושלים, די קדוֹשִים [זען קורב 8:4], איז פאַר מיר איבּעריק שרייבּן צו אייך; 2 וואָרעם איך קען אייער [גוטן ווילן וועגן עבודת קודש שֵרוּת צו יהודים אין משיח] וויליקייט, צוליבּ וועלכן איך רים פאר אייַערטוועגן פאַר די אַנְשֵי מָקֵדוֹנְיָה [זען מהש 16:9; 19:21], אַז אָכָיָה [זען מהש 18:12] איז שוֹין געווען אָנגעבּרייט מיט אַ יאָר צוּריק; און אייער להט האָט אויפגעמאוּנטערט גאָר פיל פוּן זיי. 3 אָבּער איך האָבּ געשיקט די אחים במשיח, כּדי אוּנדזער רימען זיך פוּנוועגן אייך זאָל בּנוֹגֵע דעם נישט זיין אוּמזיסט, כּדי, אַזוֹיווי איך האָבּ געזאָגט, איר זאָלט זיין אָנגעבּרייט. 4 טאָמער וועלן קומען די אֲנָשִים מִמָקֵדוֹנְיה מיט מיר און אייך געפינען נישט אָנגעבּרייט, וועלן מיר - איך וויל נישט זאָגן איר - פאַרשעמט ווערן אין דעם דאָזיקן בּטָחון. 5 איך האָבּ דערפאר געהאַלטן פאַר נייטיק צוּ בּעטן די אחים במשיח, אַז זיי זאָלן גיין פאָרויס צוּ אייך, און זאָלן צוּגרייטן אייער פריער - צוּגעזאָגטע נדָבה, כּדי זי זאָל זיין אנגעבּרייט ווי אַ בּרָכה, און נישט ווי אַן אויספּרעסונג. 6 דאָס זאָלט איר וויסן: דער, וואָס זייט קאַרגלעך, וועט אויך שנייטדן קאַרגלעך, און דער, וואָס זייֵעט בּשֶפע [מיט בּרכה], וועט אויך שניידן בּשֶפע [מיט בּרכה, זען משלי 25-11:24; 22:9]. 7 זאָל יעדער טאָן ווי ער האָט בּדֵעה אין זיין לבֵ; נישט מיט בּאַדויערן אָדער געצוואוּנגען; ווייל אַ פריילעכן געבּער האָט ליבּ פון ה'. 8 און ה' איז בִּיכוֹלת צוּ פאַרמערן אייך יעדן חֶסֶד כדי איר, האָבּנדיק תָּמיד אין אַלעם גענוּג, זאָלט זיך פיל מערן צו כלערליי מַעשׂים טובים, 9 ווי סע שטייט געשריבּן : ער האָט צעשפּרייט, ער האָט געגעבּן צו די עֲנִיִּים, צִדְקָתוֹ בּאַשטייט אויף איבּיק [תהלים 112:9]. 10 און דער, וואָס גיט זרִיעה דעם זייֵער, און לֶחֶם פאַר אֹכֶל, וועט פאַרמערן אייער זרִיעה, און לאָזן וואַקסן די פרוּכט פוּן אייער צדקה. 11 כדי איר זאָלט אין אַלצדינג רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט אַ שבח צו ה' דוּרך אוּנדז; 12 מחמת די אַרבּעט פוּן דער דאָזיקער עבוֹדת קֹדֶש איז נישט נאָר ממַלא די נויטן פוּן די יהודים אין משיח קדוֹשִים, נאָר פאַרמערט זיך אויך דוּרך הוֹדָיָה רַבָּה צוּ ה'. 13 און צוליבּ דעם בּאַווייז פון דער דאָזיקער עבודת קודש שֵרוּת [פאר יהודים אין משיח אין ירושלים, זען קורב 8:14], לויבּן זיי ה' פאַר דער ציות [געהאָרכיקייט] פוּן אייער אֲנִי מַאֲמִין הודאה פון דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, און פאַר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט פאַר זיי און פאַר אַלעמען; 14 און מיט דאַווענענדיק פאַר אייך בּענקען זיי נאָך אייך, צוּליבּ דעם גרויסן חֶסֶד פוּן ה' אין אייך. 15 אַ ברוך ה' לויבּ צוּ אלוקים פאַר זיין מַתָּנה, וואָס איז נישט צוּם איבּערדערציילן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 8
Top of Page
Top of Page