2 Corinthians 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב10

י און איך אַליין, רַב שָאוּל, בּין אייך מַזהיר דוּרך דער עַנִיוות און איידלקייט פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, איך, וואָס פנים אל פנים בּין אַ שפל-רוח צווישן אייך, אָבּער פוּן דערווייַטנס בּין איך האָבו חוצפה לגַבּי אייך. 2 איך בּעט אייך, אַז ווען איך וועל זיין בּיי אייך, זאָל איך נישט דאַרפן אַרויסווייַזן קיין תַּקִיפות מיט דער זיכערקייט, מיט וועלכער איך רעכן צוּ זיין שטרענג קעגן טייל, וואָס טראַכטן וועגן אוּנדז ווי מיר וואָלטן געלעבט לויט דעם פלייש [זען רומ' 7:18]. 3 מחמת הַגַם מיר לעבּן אין דעם גוף, פירן מיר נישט קיין מִלחָמה לויט דעם פלייש, 4 ווייל די כּלֵי-זַיִן פוּן אוּנדזער מִלחָמה זענען נישט לויט דעם פלייש [זען רומ' 7:18], נאָר זענען מעכטיק פאַר ה' אַראָפּצוּאוואַרפן פעסטוּנגען. 5 מיר צעוואַרפן געדאַנקען, און יעדע הויכע זאַך, וואָס איז דערהויבּן קעגן דער דַּעַת פוּן ה', און נעמען יעדע מַחשָבה אין געפאַנגענשאַפט צוּ דער צִיּוּת [געהאָרכזאַמקייט] פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, 6 און זענען אָנגעבּרייט צוּ שטראָפן פאַר יעדער אוּמגעהאָרכזאַמקייט, ווען אייער מִשְמַעַת [געהאָרכזאַמקייט] וועט זיין דערפילט. 7 איר קוּקט אויף פּנים? אויבּ עמיצער איז בּיי זיך זיכער, אַז ער געהערט צו רֶבּי מלך המָשיחַ, זאָל ער דאָס נאָכאַמאָל איבּערטראַכטן אין זיך אַליין, אַז אַזוֹיווי ער געהערט צו רֶבּי מלך המָשיחַ, אַזוי געהערן מיר אויך. 8 מחמת אויבּ אַפילו איך זאָל מיך רימען אַבּיסל צוּפיל פוּנוועגן אוּנדזער סמכוּת, וואָס הָאָדוֹן האָט אוּנדז געגעבּן פאַר אייער אויפבּויאוּנג, און נישט פאַר אייער צעשטערוּנג, וועל איך נישט פאַרשעמט ווערן; 9 כּדי איך זאָל נישט אויסזען ווי איך וואָלט אייך וועלן דערשרעקן מיט מיינע אגרות [הקודש]. 10 ווייל זיינע אגרות [הקודש], זאָגן זיי, זענען וואָגיק און שטאַרק, אָבּער ווען ער גוּפא איז בּיי אוּנדז, איז ער שוואַך, און זיין שפראך איז אָן מַמָשות. 11 זאָל אַזאַ איינער דאָס בּאַרעכענען, אַז וואָס מיר זענען אין דָּבָר דוּרך אגרות [הקודש], ווען מיר זענען אָפּוועזנד, זענען מיר אויך אין מַעשׂים, ווען מיר זענען אָנוועזנד. 12 וואָרעם מיר וואַגן נישט זיך צו פאַררעכענען אָבּער צוּ פאַרגלייַכן זיך מיט די, וואָס לויבּן זיך אַליין; נאָר מעסטנדיק זיך מיט זיך אַליין און פאַרגלייַכנדיק זיך מיט זיך אַליין, זענען זיי אָן בִּינָה. 13 מיר אָבּער וועלן זיך נישט רימען איבּער אוּנדזער מאָס, נייערט לויט דער מאָס פוּן דעם גבוּל, וואָס ה' האָט אוּנדז אויסגעטיילט, ווי אַ מאָס צו דערגרייכן אפילו בּיז צו אייך [זען גלט' 8-2:7]. 14 וואָרעם מיר שטרעקן זיך נישט אויס צוּפיל, ווי מיר וואָלטן נישט דערגרייכט בּיז צוּ אייך, ווייל מיר זענען אַפילו דערגאַנגען בּיז צוּ אייך אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ; 15 נישט מיר ריטען זיך אָן אַ מאָס אין דער חָלוּץ ארבּעט פון אנדערע, אָבּער מיר האָפן אַז בּשעת אייער אֶמוּנה וואַקסט, אָז מיר וועלן פאַרגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער שלוחות ספערע צו אַ שֶפע, 16 כּדי צוּ דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה אַפילו אין די געגנטן ווייטער פון אייך, און נישט צוּ רימען זיך מיט דעם, וואָס איז אָנגעבּרייט אין דעם גבוּל פוּן אַנדערע. 17 דער אָבּער, וואָס רימעט זיך, לאָז ער זיך ריטען אין ה' [ירמיהו 9:23]. 18 וואָרעם נישט דער, וואָס לויבּט זיך אַליין איז אָנגענומען, אֶלָא מִי שֶה' מְהַלְלוֹ !

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 9
Top of Page
Top of Page