2 Corinthians 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב8

ח און מיר לאָזן אייך וויסן, אחים במשיח, דעם חֶסֶד ה', וואָס איז געגעבּן געוואָרן אין די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן מָקֵדוֹנְיָה, 2 וויאַזוי אין נִסיוֹנות פוּן צָרות האָט זיך די שֶפע פוּן זייער שִׂמְחָה און זייער טיפער אָרעמקייט פאַרמערט אין דער עַשִירות פוּן זייער גוּטסקייט. 3 ווייל זיי האָבּן געגעבּן לויט זייער כּוֹחַ, ווי איך קען עֵדות-זאָגן, און אַפילו איבּער זייערע כּוֹחות, האָבּן זיי מנדב געווען, פרייַוויליק, 4 בּעטנדיק אוּנדז מיט פיל תחנונים פאר דעם חֶסֶד און חברותאשאפט פון דער עבודת קודש לטובת די קדוֹשִים, די יהודים אין משיח [זען רומ' 15:26; מהש 11:29; קורב 9:1; קורא 3-16:1], 5 נאָר זיך אַליין האָבּן זיי קודם-כָּל געגעבּן צוּ הָאֲדוֹן, און צוּ אוּנדז דוּרך דעם רָצון ה'. 6 אַז מיר האָבּן מזהיר-געווען טיטוּסן, אַז ווי ער האָט פריער געמאַכט אַן אָנהייבּ, אַזוי זאָל ער אויך פאַרענדיקן אין אייך אויך דעם דאָזיקן חֶסֶד. 7 יאָ, ווי איר האָט אין אַלעם אַ שפע, אין [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, און תּוֹרה, און דַּעַת, און אין יעדן חָרִיצוּת, און אין אייער אַהֲבָה צוּ אוּנדז, אַזוי זאָלט איר אויך מערן אין דעם דאָזיקן חֶסֶד. 8 איך זאָג עס נישט ווי אַ געבּאָט, נאָר איך פּרובּיר אויס דוּרך דער חָרִיצוּת פוּן אַנדערע אויך די עכטקייט פוּן אייער אַהֲבָה. 9 וואָרעם איר קענט דעם חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אַז הַגַם ער איז געווען רייך, דאָך פאר אייַערטוועגן איז ער געוואָרן אָרעם, כּדי איר זאָלט דוּרך זיין עוני ווערן רייך. 10 און אין דעם דאָזיקן גיבּ איך מיין מיינוּנג; ווייל דאָס איז נוּצלעך פאַר אייך, וואָס זענט געווען פוּן די ערשטע צוּ מאַכן אַן אָנהייבּ מיט אַ יאָר צוּריק, נישט בּלויז צוּ טאָן, נייערט אויך צוּ בּאַגערן צוּ טאָן. 11 איצט אָבּער פאַרענדיקט אויך די טוּאוּנג, כּדי ווי עס איז געווען די חשק צוּ וועלן, אַזוי זאָל אויך זיין די פאַרענדיקוּנג לויט אייער מעגלעכקייט, פון דעם וואָס איר האָט. 12 מחמת אויבּ די וויליקייט איז פאַראַן, ווערט זי אָנגענוּמען לויט דעם, וואָס מע פאַרמאָגט, וויפל איינער האָט, און נישט לויט דעם, וואָס ער האָט נישט. 13 ווייל איך זאָג דאָס נישט, כּדי אַנדערע זאָל פאַרלייַכטערט ווערן און איר זאָלט בּאַדרענגט ווערן; 14 נייערט אין דער איצטיקער צייט זאָל אייער שֶפע זיין פאר זייער נויטבּאַדאַרפטיקייט, כּדי אויך זייער שֶפע זאָל ווערן אַ הילף פאַר אייער מאַנגל, כּדי עס זאָל זיין אַ גלייַכקייט; 15 ווי סע שטייט געשריבּן: דער, וואָס האָט געקליבּן פיל, האָט נישט געהאַט איבּעריק; און דער, וואָס האָט געקליבּן ווינציק, האָט נישט געהאַט קיין מאַנגל [זען שמות 16:18]. 16 אָבּער בָּרוּך ה', וואָס האָט אַרייַנגעגעבּן די זעלבּע חריצות זאָרג פוּנוועגן אייך אין דעם לבֵ פוּן טיטוּסן. 17 ווייל ער האָט נישט נאָר אָנגענוּמען אוּנדזער בַּקָשה, נייערט ווייל ער האט פיל חשק, איז ער אַוועק צוּ אייך לויט זיין אייגענעם ווילן. 18 און מיר האָבּן צוּזאַמען מיט אים געשיקט דעם אָח במשיח, וואָס איז בּעוואוסט אין כל בְּרִית חֲדָשָה קהִילות וועמעס לויבּ איז דרשנדיק די בּשוּרת הגאוּלה; 19 און נישט נאָר דאָס, נאָר ער איז אויך אויסדערוויילט פוּן די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות צוּ ציען מיט אוּנדז אין דעם עִנין פוּן דעם דאָזיקן חֶסֶד [זען קורא 4-16:1], וואָס ווערט געטאָן דוּרך אוּנדז פאַר דעם כָּבוד הָאָדוֹן, און צוּ אוּנדזער דערמוּטיקוּנג. 20 און מיר היטן זיך, אַז קיינער זאָל אוּנדז נישט בּאַשוּלדיקן אין דעם עִנין פוּן דער דאָזיקער רייכער מַתָּנה, וואָס ווערט אויסגעפירט דוּרך אוּנדז. 21 ווייל מיר זוּכן נישט נאָר וואָס איז רעכט אין די אויגן פוּן הָאָדוֹן, נייערט אויך אין די אויגן פוּן בּני אדם. 22 און מיר האָבּן מיט זיי געשיקט אוּנדזער אָח במשיח, וועמען מיר האָבּן אַ סַך מאָל אויסגעפּרוּאווט אַז ער האט חשק, איצט אָבּער פיל חשק צוליבּ זיין גרויסן בּטָחון אין אייך. 23 און וואָס שַייך טיטוּסן, איז ער מיין שוּתּף און מיטאַרבּעטער פאַר אייַערטוועגן; און וואָס שַייך אוּנדזערע אחים במשיח, זענען זיי שלִיחים פוּן די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות, און אַ כָּבוד פאַר רֶבּי מלך המָשיחַ. 24 על-כּן, ווייזט זיי אַרויס פאַר די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות דעם בּאַווייז פוּן אייער אַהֲבָה, און פוּן אוּנדזער רימען פוּן אייַערטוועגן .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 7
Top of Page
Top of Page