2 Corinthians 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב7

ז דעריבּער, האָבּנדיק די דאָזיקע הַבטָחות, באַליבטע, לאָמיר זיך רייניקן פוּן יעדער בּאַפלעקוּנג פוּן פלייש און גייסט, משלים קְדֻשָתֵנוּ אין יִרְאַת-הכבוד. 2 גיט אונדז אַן אָרט אין אייערע לְבָבוֹת; מיר האָבּן קיינעם נישט געטאָן קיין עַוולה, מיר האָבּן קיינעם נישט פאַרדאָרבּן, מיר האָבּן קיינעם נישט אויסגענוּצט. 3 איך זאָג עס, נישט צוּ פאַרמִשפּטן אייך, וואָרעם איך האָבּ פריער געזאָגט, אַז איר זענט אין אוּנדזערע לְבָבוֹת, צוּ שטאַרבּן צוּזאַמען און צוּ לעבּן צוּזאַמען. 4 גרויס איז מיין בּטָחון אין אייך, גָּדוֹלָה איז מיין רימען וועגן אייך; איך בּין פוּל מיט נחמה, איך פליס איבּער מיט שִׂמְחָה אין אלע אוּנדזערע צָרות. 5 וואָרעם אַפילו ווען מיר זענען געקוּמען קיין מָקֵדוֹנְיָה [זען קורב 2:13], האָבּן מיר נישט געהאַט קיין מנוּחה פאַר אונדזער גוּף, נאָר מיר זענען געקוועלט געוואָרן פוּן אלע זייטן; פוּן דרויסן מִלחָמות, און אינעווייניק מורא. 6 אָבּער ה', וועלכער טוּט טרייסטן די שַפָלדיקע, האָט אוּנדז געטרייסט דוּרך דעם קוּמען פוּן טיטוּסן; 7 און נישט בּלויז מיט זיין אָנקוּמען, נאָר אויך מיט דער נחמה, מיט וועלכער ער איז געטרייסט געוואָרן בּיי אייך. און ער האָט אוּנדז דערציילט פוּן אייער גאַרן, אייער עצבות, פון אייער אייפער פאַר מיר, אַזוי, אַז איך האָבּ מיך נאָך מער פריידט. 8 ווייל אַפילו אויבּ איך האָבּ אייך מצַער געווען מיט מיין אגרת [הקודש], האָבּ איך דערויף קיין חַרָטה נישט געהאַט -- הַגַם איך האָבּ עס יאָ בּאַדויערט - ווייל איך זע, אַז יענער אגרת [הקודש] האָט אייך בּאַטריבּט נאָר לפי צייט. 9 אָבּער איצט פריי איך מיך, נישט ווייל איר זענט געווען טרויעריק, נאָר ווייל איר זענט געווען טרויעריק צוּ תּשוּבה [זען לוקס 13:3]. וואָרעם איר זענט טרויעריק געווארן לויט ה', כּדי איר זאָלט נישט ליידן שאָדן [זען קורא 3:15] דוּרך אוּנדז אין קיין שוּם זאָך. 10 וואָרעם צַער לויט ה' איז גוֹרם תּשוּבה צוּ ישוּעת אלוקינו, וואָס בּרענגט נישט קיין חַרָטה; אָבּער דער צַער פוּן דער עוֹלם הַזֶּה איז גוֹרם מָוֶת. 11 וואָרעם זע, דאָס זעלבּיקע טרויערן לויט ה', וואָס פאר חָרַיצוּת עס האָט אויסגעווירקט אין אייך, צו דערצו התנצלות, צאָרן, יראה, בּאַגער, קִנאה, נְכוֹנוּת לַעֲשִׂיַּת דִּין! אין אַלעם האָט איר זיך אַרויסגעוויזן צוּ זיין נקי כפיים אין דעם עִנין. 12 דעריבּער, הַגַם איך האָבּ אייך געשריבּן, האָבּ איך נישט געשריבּן פוּנוועגן דעם, וואָס האָט געטאָן אַן עוולה, אויך נישט צוליבּ דעם, וועלכער איז בּאעוולט געוואָרן, נאָר כּדי אייער חריצות פאַר אוּנדזערטוועגן זאָל זיך אַנטפּלעקן צו אייך פאַר ה'. 13 דערפאר האָבּן מיר זיך געטרייסט; און אין אוּנדזער טרייסט האָבּן מיר זיך נאָך פיל, פיל מער געפריידט איבּער שמחה פון טיטוסן, ווייל זיין גייסט איז פון אייך אלעמען דערקוויקט געוואָרן. 14 ווייל אויבּ איך האָבּ מיך עפּעס גערימט פאַר טיטוס וועגן אייך, בּין איך נישט פאַרשעמט געוואָרן; נייערט ווי מיר האָבּן צוּ אייך אַלץ גערעדט אין וואָרהאַפטיקייט, אַזוי האָט זיך אויך אוּנדזער רימען זיך פאַר טיטוּסן אַרויסגעוויזן צוּ זיין אֶמת. 15 און זיין הארץ גייט שטאַרק אויס צוּ אייך, ווען ער דערמאָנט זיך אייער אלעמענס געהאָרכזאַמקייט, ווי איר האָט אים אויפגענוּמען מיט יראה און ציטערנן. 16 איך פריי מיך, אַז איך קען מיך אין אַלעם פאַרלאָזן אויף אייך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 6
Top of Page
Top of Page