2 Corinthians 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב6

ו ווייל מיר מיִען זיך אינאיינעם מיט ה', און בּעטן מיר אייך, אַז איר זאָלט נישט מקַבּל-זיין דעם חֶסֶד ה' אוּמזיסט! 2 ווייל ער זאָגט : בְּעֵת רָצוֹן עֲנִיתִיךָ וּבְיוֹם ישוּעָה עֲזַרְתִּיךָ [ישעיהו 49:8]. היה איצט איז די בּאַוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער יוֹם פוּן ישוּעת אלוקינו; 3 ווייל מיר גיבּן נישט קיין מִיכשול אין עפּעס, כּדי אוּנדזער עבוֹדת קֹדֶש שָרֵת זאָל נישט ווערן צוּ שאַנד; 4 נאָר אין אַלצדינג ווייזן מיר זיך אַרויס ווי כְּלֵי קֹדֶש משרתים פוּן ה' : אין גרויסער סבלנות, אין צָרות, אין נויטן, אין יסורים, 5 אין מַלקות, אין זיצן אין תּפִיסות, אין מהוּמות, אין מיִאוּנגען, אין נאַכט-וואַכן, אין תַּענֵיתים; 6 אין לויטערקייט, אין דַּעַת, אין אֹרֶךְ רוּחַ, אין נדיבות לֵב, אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אין נישטצבועקישער אַהֲבָה, 7 אין דעם דָּבָר אֶמת, אין דער גבוּרת ה'; דוּרך די כּלֵי-זַיִן פוּן צדקנות אין דער רעכטער האַנט און אין דער לינקער; 8 דוּרך כָּבוד און בּוּשה, דוּרך אַ שֶם רע און אַ שֶם טוב; ווי פאַרפירער און דאָך וואָרהאַפטיקע; 9 ווי אוּמבּאַקאנטע, און דאָך אַנערקענט [זען מהש 16:17], ווי שטאַרבּנדיקע, און הִנֵּה, מיר לעבּן; ווי געשטראָפטע, און דאָך נישט געטייטע; 10 ווי טרויעריקע, דאָך שְמֵחִים תָּמיד; ווי עֲנִיִּים, דאָך מאַכן מיר רייך הרבים; ווי אַזעלכע וואָס האָבּן גאָרנישט, און בּאַזיצן דאָך אַלץ. 11 אוּנדזער מויל איז געעפענט פאַר אייך, אָ קאָרינטער; לִבֵּנוּ איז בּרייט געוואָרן. 12 איר זענט נישט ענג אין אוּנדז, נאָר איר זענט ענג געוואָרן אין אייערע אייגענע עמאָציעס. 13 גיט אונדז אָבּער די זעלבּיקע פאַרגעלטוּנג - איך רעד ווי צוּ יְלָדים - ווערט אַליין אויך בּרייטהאַרציק! 14 זייט נישט איינגעשפּאַנט אין קיין פרעמדן יאָך מיט אוּמגלויבּיקע [זען שופטים 16:31-13:1; יוחנן 3:3]; ווייל וואָס פאַר אַ חַברותאשאַפט האָט צדקנות מיט אוּמרעכט? אָדער וואָסער התקשרות האָט אוֹר מיט חֹשֶךְ? 15 און וואָסער הַסכָּמה האָט מָשיחַ מיט בּליַעלן? אָדער וואָסער חֵלֶק האָט אַ מאמין מיט איינער וואָס איז כופר בעיקר נשמה [זען אפס' 2:2]? 16 און וואָסער אָפּמאַך האָט דער הֵיכל ה' מיט אֱלִילִים? ווייל מיר זענען דער הֵיכל פוּן דעם אלוקים חיים, ווי ה' האָט געזאָגט : איך וועל וואוינען צווישן זיי, און אוּמגיין צווישן זיי, און איך וועל זיין זייער אלוקים, און זיי וועלן זיין צו מיר פאַר עַם [יחזקאל 37:27]. 17 דעריבּער קוּמט אַרויס פוּן צווישן זיי, און שיידט אייך אָפּ, זאָגט ה', און בּאַרירט נישט קיין טָמא זאַך; און איך וועל אייך אויפנעמען, 18 און וועל זיין פאַר אייך אַן אָב, און איר וועט זיין צו מיר זיין בָּנִים און בּנוֹת, זאָגט ה' צבָאות [זען ישעיהו 52:11; ירמיהו 32:38; 51:45; הושע 2:1].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 5
Top of Page
Top of Page