2 Corinthians 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב5

ה וואָרעם מיר ווייסן, אַז ווען דאָס ערדישע בֵּית פוּן מִשְכָּנֵנוּ איז חוּרבָּן, האָבּן מיר אַ בִּנין פוּן ה', אַ בֵּית, נישט געמאַכט מיט הענט, אין שמים לעולמים. 2 ווייל אין דעם דאָזיקן זיפצן מיר [זען רומ' 8:26], בּענקענדיק פאר די שלעפּ פון אונדזער קיטל צו זיין אונדזער סוכה פון הימל; 3 און אויבּ מיר וועלן טאַקע אָנגעקליידט ווערן, וועלן מיר נישט געפוּנען ווערן עֵירֹם [נאַקעט, זען קורב 5:10; בראשית 3:11]. 4 ווייל מיר, וואָס זענען אין דעם דאָזיקן מִשְכָּן, זיפצן אונטער אַ מַשׂא, ווייל מיר וואָלטן נישט וועלן זיין אויסגעטאָן, נייערט צוּ זיין בּאַקליידט, כּדי דאָס שטערבּלעכע זאָל פאַרשלוּנגען ווערן פוּן דעם חַיים [זען דניאל 12:2]. 5 און דער, וועלכער האָט אוּנדז צוּגעגרייט דערצוּ, איז ה', וואָס האָט אוּנדז געגעבּן דעם עֵרְבוֹת [זען בּראשית 18-38:17] פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 6 מיר זענען דעריבּער תָּמיד טוֹב-לֵב געטרייסט [זען יוחא 3:21] און ווייסן, אַז כל-זמן מיר וואוינען אינם גוּף, זענען מיר נישט אינדערהיים בּיי הָאָדוֹן; 7 ווייל מיר לעבּן דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, נישט דוּרך ראִיה. 8 מיר זענען טוֹב-לֵב געטרייסט [זען יוחא 3:21] און ווילן ליבּער זיין דערווייטערט פוּן דעם גוּף, און זיין אינדערהיים מיט הָאָדוֹן. 9 דערפאר שטרעבּן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאַר אים. 10 וואָרעם מיר מוּזן אלע אַנטפּלעקט ווערן פאַר דעם כִּסֵא-הַמִשפּט פוּן מָשיחַ, כּדי יעדער איינער זאָל בּאַקומען דאָס, וואָס ער האָט געטאָן אין דעם גוף, סיי טוֹב, אָדער רַע. 11 דערפאר, וויסנדיק די יִראַת-אֲדֹנָי, זוכן מיר איבּערצוצייגן בּני אדם; און פאַר ה' אָבּער זענען מיר אַנטפּלעקט; און איך האָף, אַז מיר זענען אויך אַנטפּלעקט אין אייער מצפּוּנים. 12 מיר רעקאָמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאָר געבּן אייך אַ געלעגנהייט זיך צו רימען פאר אוּנדזערטוועגן, כּדי איר זאָלט האָבּן עפּעס צו זאָגן קעגן די, וועלכע רימען זיך מיטן לפָּנים-וועגן, און נישט אין לֵב. 13 וואָרעם אויבּ מיר זענען אין התלהבות און דְּבֵקוּת, איז דאָס פאַר ה'; זענען מיר אָבּער בּיים קלאָרן בִּינָה, איז דאָס פאַר אייערטוועגן. 14 ווייל די אַהֲבַה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ צווינגט אוּנדז, וועלכע מִשפּטן אַזוי, אַז אויבּ איינער איז געשטאָרבּן פאַר אַלע [זען ישעיהו 53:8], זענען אַלע געשטאָרבּן; 15 און ער איז געשטאָרבּן פאַר אַלע, כּדי די, וואָס לעבּן, זאָלן מער נישט לעבּן פאַר זיך אַליין, נייערט פאַר אים, וועלכער איז פאַר זיי געשטאָרבּן און אויפגעשטאַנען. 16 דערפאר פון איצטמאָל-אָן קענען מיר קיינעם נישט לויט דעם פלייש. און אויבּ אפילו מיר האָבּן געקענט רבי מֵלך המָשיחַ לויט דעם פלייש, טוּען מיר עס פוּן איצטמאָל-אָן נישט מער. 17 דערפאר, אויבּ עמיצער איז אין מָשיחַ, איז ער אַ בְּריאָה חָדָשָה; דאָס אלטע איז פאַרגאַנגען; הִנֵּה, אַלץ איז געוואָרן נייַ ! 18 און דאָס אַלץ איז פוּן ה', וועלכער האָט אונדז שלום געמאכט [זען ישעיהו 53:5] מיט זיך אַליין דוּרך מָשיחַ און אונדז האָט געגעבּן די עבוֹדת קֹדֶש כְּהֻנָּה שֵרוּת פוּן שלום מאַכנדיק [זען רומ' 11-5:10]; 19 ווייל ה' איז געווען אין רבי מֵלך המָשיחַ, די וועלט שלום מאכנדיק מיט זיך אַליין, נישט צוּרעכנענדיק זיי זייערע עַבֵירות, און האָט מָסַר לָנוּ די בּשׂוּרת הָרִצּוּי. 20 מיר זענען דעריבּער די שלִיחים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, ווי ה' וואָלט דוּרך אוּנדז מזהיר געווען; מיר בּעטן אייך אין דעם נאָמען פון משיח [זען זכריה 12-6:11], שלום מאַך זיך מיט ה'! 21 ווייל דעם, וועלכער האָט נישט פאַרזוּכט פון קיין חטא, האָט ה' געמאַכט חַטָּאת [זען ויקרא 4:24; ישעיהו 53:10] פאַר אונדזערטוועגן [זען ישעיהו 53:8]; כּדי מיר זאָלן ווערן הצדקה הַבָּאָה מֵאֵת ה' אין אים [זען פיל 3:9; בראשית 15:6; חבקוק 2:4].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 4
Top of Page
Top of Page