Numbers 29
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
במד29

1 און אין 7טן חודש, אין 1טן יום פון חודש, זאל זיין א מקרא קודש ביי אייך, כל מלאכת עבודה זאלט איר נישט עשה; א יום תרועה זאל עס אייך זיין. 2 און איר זאלט עשה אן עולה פאר א ריח ניחוח צו ה': איין פר בן בקר, איין איל, 7 כבשים יאריקע, תמימם. 3 און זייער מנחה: סולת בלל מיט שמן, 3/10 צו דעם פר, 2/10 צו דעם איל, 4 און 1/10 צו איטלעכן כבש פון די 7 כבשים. 5 און איין שעיר עזים א חטאת, צו מאכן כפרה פאר אייך . 6 אחוץ דעם עולה פון ראש-חודש און זיין מנחה, און דעם עולת התמיד און זיין מנחה, און זייערע נסך, לויט זייער משפט, פאר א ריח ניחוח, אן אִשֶּה צו ה'. 7 און אין 10טן יום פון דעם דאזיקן 7טן חודש זאל זיין א מקרא קודש ביי אייך; ועניתם (ענה) את-נפשותיכם כל-מלאכה לא תעשו. 8 און איר זאלט קרב אן עולה צו ה' פאר א ריח ניחוח: איין פר בן בקר, איין איל, 7 כבשים יאריקע; תמימם זאלן זיי ביי אייך זיין. 9 און זייער מנחה: סולת בלל מיט שמן, 3/10 דעם פר, 2/10 צו דעם איין איל; 10 1/10 פאר איטלעכן כבש פון די 7 כבשים. 11 איין שעיר עזים א חטאת. אחוץ דעם חטאת הכפרים, און דעם עולת התמיד און איר מנחה, און זייערע נסכים. 12 און אין 15טן יום 7טן חודש זאל זיין א מקרא קודש ביי אייך; כל מלאכת עבודה זאלט איר נישט עשה. און איר זאלט חגג א חג צו ה' 7 ימים. 13 און איר זאלט קרב אן עולה אִשֶּה פאר א ריח ניחוח צו ה': 13 פרים בני בקר, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע; תמימם זאלן זיי זיין. 14 און זייער מנחה: סולת בלל מיט שמן, 3/10 צו איטלעכן פר פון די 13 פרים, 2/10 צו איטלעכן איל פון די 2 אילים, 15 און 1/10 פאר איטלעכן כבש פון די 14 כבשים. 16 און איין שעיר עזים א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד. איר מנחה און איר נסך, 17 און אויפן 2טן יום: 12 יונגע פרים בני בקר, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 18 און זייער מנחה און נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר, אזוי ווי דער משפט. 19 און איין שעיר עזים א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד און איר מנחה, און זייערע נסכים. 20 און אויפן 3טן יום: 11 פרים, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 21 און זייער מנחה און זייערע נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי דער משפט. 22 און איין שעיר א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד און איר מנחה און איר נסך. 23 און אויפן 4טן יום: 10 פרים, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 24 און זייער מנחה און זייערע נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי דער משפט. 25 און איין שעיר עזים א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד, איר מנחה, און איר נסך. 26 און אויפן 5טן יום: 9 פרים, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 27 און זייער מנחה און זייערע נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי דער משפט. 28 און איין שעיר א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד און איר מנחה, און איר נסך. 29 און אויפן 6טן יום: 8 פרים, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 30 און זייער מנחה און זייערע נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי דער משפט. 31 און איין שעיר א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד, איר מנחה, און איר נסך. 32 און אויפן 7טן יום: 7 פרים, 2 אילים, 14 כבשים יאריקע, תמימם. 33 און זייער מנחה און זייערע נסכים, צו די פרים, צו די אילים, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי זייער משפט. 34 און איין שעיר א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד, איר מנחה, און איר נסך. 35 אויפן 8טן יום זאל זיין אן עצרת ביי אייך; כל מלאכת עבודה זאלט איר נישט עשה. 36 און איר זאלט קרב אן עולה, אן אִשֶּה פאר א ריח ניחוח צו ה': איין פר, איין איל, 7 כבשים יאריקע, תמימם. 37 זייער מנחה און זייערע נסך, צו דעם פר, צו דעם איל, און צו די כבשים, לויט זייער מספר אזוי ווי דער משפט. 38 און איין שעיר א חטאת. אחוץ דעם עולה תמיד, און איר מנחה, און איר נסך. 39 די דאזיקע זאלט איר עשה צו ה' אין מועדים, אחוץ אייערע נדרים, און אייערע נדבות, פון אייערע עולות, און פון אייערע מנחות און פון אייערע נסכים, און פון אייערע שלמים.
THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Numbers 28
Top of Page
Top of Page