Matthew 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מתתיהו2

ב און ווען יהושע/ישוע איז געבּוירן געוואָרן אין בֵּית-לֶחֶם יהוּדה [זען מיכה 5:1], אין די צייט פוּן דעם מֵלך הוֹרדוס, הִנֵּה, חַכָמים פוּן ארץ מִזרח זענען געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם, און האָבּן געזאָגט 2: וואוּ איז דער מֵלך פוּן די ייִדן, וואָס איז געבּוירן געוואָרן? מחמת מיר האָבּן געזען זיין כּוֹכָב [במדבר 24:17] אין מִזרח, און זענען געקוּמען צוּ אנידערגעפאלן פאַר אים. 3 און ווען דער מֵלך הוֹרדוס האָט דאס געהערט, האָט ער זיך דערשראָקן, און כל ירוּשָלַיִם מיט אים. 4 און ער האָט פאַרזאַמלט כל ראָשי-כֹּהַנים און סוֹפרים [רַבָּנִים] פוּן דעם עם [יִשׂרָאֵל], און האָט זיי געפרעגט, וואוּ דער רבי מֵלך המָשיחַ שטעטל געבּוירן ווערן .5 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: אין שטעטל בֵּית-לֶחֶם יהוּדה; מחמת אַזוי שטייט געשריבּן דוּרך דעם נָביא: 6 ואתה בית לחם ארץ יהודה אינךָ צעיר באלופי יהודה, כי ממךָ יצא מושל אשר ירעה את עמי ישראל [מיכה ה, א]. 7 יעמאָלט האָט הוֹרדוס שטילערהייט גערוּפן די חַכָמים, און האָט בּיי זיי אויסגעפאָרשט אין וואָסער צייט דער כּוֹכָב [במדבר 24:17] האָט זיך בּאַוויזן. 8 און ער האָט זיי געשיקט קיין בֵּית-לֶחֶם, און געזאָגט: גייט און פאָרשט נאך גענוי וועגן דעם יֶלֶד, און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כּדי איך זאָל אויך קוּמען זיך אנידערגעפאלן פאַר אים [רבי מֵלך המָשיחַ]. 9 און ווי זיי האָבּן געהערט דעם מֵלך, זענען זיי אַוועקגעגאַנגען; הִנֵּה, דער כּוֹכָב [במדבר 24:17], וואָס זיי האָבּן געזען אין מִזרח, איז זיי פאָרויסגעגאַנגען, בּיז ער איז געקוּמען און האָט זיך אָפּגעשטעלט איבּער דעם אָרט, וואוּ דאָס יֶלֶד איז געווען. 10 און אַז זיי האָבּן געזען דעם כּוֹכָב [במדבר 24:17], האָבּן זיי זיך געפרייט מיט זער אַ גרויסער שִׂמְחָה. 11 און ווען זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען אין בֵּית אַריין, האבּן זיי געזען דאָס יֶלֶד מיט מִריָם אמו, און זיי האָבּן אנידערגעפאלן פאַר אים; און זיי האָבּן געעפנט זייערע אוֹצרות, און האָבּן גענעענט פאַר אים מַתָּנות; זָהָב און ווייַרעך און מירע. 12 און אַזוי ווי זיי זענען געוואָרנט געוואָרן אין אַ חָלום, אַז זיי זאָלן זיך נישט אוּמקערן צוּ הוֹרדוס, זענען זיי אַוועקגעגאַנגען צוּ זייער אייגענעם לאַנד מיט אַן אַנדערן דֶּרֶךְ. 13 און ווען זיי זענען אַוועקגעגאַנגען, הִנֵּה, אַ מַלאך ה' האָט זיך בּאַוויזן צוּ יוסף [בֶּן-דָוִד] אין אַ חָלום, און געזאָגט: שטיי אויף, און נעם דאָס יֶלֶד און זיין אֵם, און אַנטרין קיין אֶרֶץ מִצרָיִם, און זיי דאָרטן, בּיז איך וועל דיר זאָגן; מחמת הוֹרדוס וועט זוּכן דאָס יֶלֶד, כּדי עס אוּמצוּבּרענגען. 14 און יוסף [בֶּן-דָוִד] איז אויפגעשטאַנען און האָט גענוּמען דאָס יֶלֶד און זיין אֵם בַּלַּיְלָה, און איז אַוועק קיין אֶרֶץ מִצרַים. 15 און יוסף [בֶּן-דָוִד] איז דאָרטן געווען בּיז דעם מוֹת הוֹרדוס, כּדי סע זאָל מקוּים ווערן, וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן פוּן ה' דוּרך דעם נָביא: וּמִמִּצְרִיִם קָרָאתִי לִבנִי [הוֹשע 11:1]. 16 און ווען הוֹרדוס האָט געזען, אַז ער איז פוּן די חַכָמים אויסגעשפּעט געוואָרן, איז ער שרעקלעך צארנדיק געוואָרן, און ער האָט געשיקט אויסהַרגענען כָל הילָדִים אין שטעטל בֵּית-לֶחֶם און אין כל אירע געגנטן, פוּן 2 יאָר אַלט און יוּנגער, לויט דער צייט, וואָס ער האָט גענוי אויסגעפאָרשט בּיי די חַכָמים. 17 יעמאָלט איז מקוּים געוואָרן וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דוּרך ירמיהו הַנָביא : 18 קוֹל בְּרָמָה נִשמָע, נהי בכי תמרורים, רחל מבכה על-בניה, מאנה להנחם, מחמת זיי זענען מער נישטא [ירמיהו 31:14]. 19 און ווען קומט מוֹת הוֹרדוס, הִנֵּה, האָט אַ מַלאך ה' זיך בּאַוויזן אין אַ חָלום צוּ יוסף [בֶּן-דָוִד] אין אֶרֶץ מִצרַיִם, 20 און געזאָגט: שטיי אויף, און נעם דאָס יֶלֶד און זיין אֵם, און גיי קיין אֶרֶץ-יִשׂרָאל; מחמת די, וואָס האָבּן געזוּכט דאָס נֶפֶש פוּן דעם יֶלֶד, זענען טויט. 21 און יוסף [בֶּן-דָוִד] איז אויפגעשטאַנען און האָט גענוּמען דאָס יֶלֶד און זיין אֵם, און איז געקוּמען קיין אֶרֶץ-יִשׂרָאל. 22 נאר ווען יוסף [בֶּן-דָוִד] האָט געהערט, אַז אַרְכֵלָאוֹס קעניגט איבער אֶרֶץ יהוּדה אויפן אָרט פוּן זיין אָב הוֹרדוס, האָט יוסף [בֶּן-דָוִד] פחד געהאַט אַהין צוּ גיין; און אַזוי ווי יוסף [בֶּן-דָוִד] איז געוואָרנט געוואָרן אין אַ חָלום, איז ער אַוועק אין די געגנט פוּן גָלִיל, 23 און איז געקוּמען און האָט געוואוינט אין אַ שטעטל, וואָס מען רופט נצֶרֶת, כּדי עס זאָל מקוּים ווערן וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן דוּרך די נבִיאים, אַז רבי מֵלך המָשיחַ זאָל גערוּפן ווערן אַ נֶצֶר [מָשִיחַ הַנֵצֶר צֶמַח פון נָצְרַת ישעיהו 11:1; צֶמַח יהושע שמו, זכריה 12-6:11 תּלמוּדּ ירוּשׁלמי ברכות ה, שמו צמח, עזרא 3:8, ישוע; ירמיהו 23:5; זכריה 3:8; ישעיהו 53:2].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Matthew 1
Top of Page
Top of Page