Matthew 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
הִתקַשְּׁרוּת מיט ה'

קאַפּירייט© 2015 אֳמָנִים לְמַעַן יִשׂרָאֵל
עלע רעכט רעזערווירט

מתתיהו1

א דאס איז דאָס סֵפר תולדות, דאָס סֵפֶר פוּן דעם יִחוס שטאמבוים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע [נחמיה 8:17] בֶּן-דָוִד, דעם זוּן פוּן אַברָהם. 2 אַברָהם האָט געבּוירן יִצחק, און יִצחק האָט געבּוירן יַעקֹב, און יַעקֹב האָט געבּוירן יהוּדה און זיינע אַחִים, 3 און יהוּדה האָט געבּוירן פֶּרֶץ און זֶרַח פוּן תָּמָר, און פֶּרֶץ האָט געבּוירן חֶצרוֹן, און חֶצרוֹן האָט געבּוירן רָם, 4 און רָם האָט געבּוירן עַמִּינָדָב, און עַמִּינָדָב האָט געבּוירן נַחשון, און נַחשון האָט געבּוירן שַׂלמוֹן, 5 און שַׂלמוֹן האָט געבּוירן בּוֹעַז פוּן רָחָב, און בּוֹעַז האָט געבּוירן עוֹבֵד פוּן רוּת, און עוֹבֵד האָט געבּוירן יִשַי 6 און יִשַי האָט געבּוירן דָוִד הַמֶלך, און דָוִד האָט געבּוירן שלֹמֹה פוּן דעם אִשָה פוּן אוּרִיָּה. 7 און שלֹמֹה האָט געבּוירן רחַבעָם, און רחַבעָם האָט געבּוירן אַבִיָה, און אַבִיָה האָט געבּוירן אָסָא, 8 און אָסָא האָט געבּוירן יהוֹשָפָט, און יהוֹשָפָט האָט געבּוירן יוֹרָם, און יוֹרָם האָט געבּוירן עֻזִיָהוּ. 9 און עֻזִיָהוּ האָט געבּוירן יוֹתָם, און יוֹתָם האָט געבּוירן אָחָז, און אָחָז האָט געבּוירן הִזקִיָהוּ. 10 חִזקִיָהוּ האָט געבּוירן מנַשֶה, און מנַשֶה האָט געבּוירן אָמוֹן, און אָמוֹן האָט געבּוירן יֹאשִיָהוּ, 11 און יֹאשִיָהוּ האָט געבּוירן יכָניָהוּ און זיינע אַחִים, צוּ דער צייט פוּן גַלות-בָּבל. 12 און נאָך גָלות-בָּבל האָט יכָניָהוּ געבּוירן שְאַלתִּיאֵל, און שְאַלתִּיאֵל האָט געבּוירן זְרֻבָּבֶל, 13 און זְרֻבָּבֶל האָט געבּוירן אַבִיהוּד, און אַבִיהוּד האָט געבּוירן אֶלְיָקים, און אֶלְיָקים האָט געבּוירן עַזּוּר. 14 עַזּוּר האָט געבּוירן צָדוֹק, און צָדוֹק האָט געבּוירן יָכִין, און יָכִין האָט געבּוירן אֱליהוּד. 15 און אֱליהוּד האָט געבּוירן אֶלעָזָער, און אֶלעָזָר האָט געבּוירן מַתָּן, און מַתָּן האָט געבּוירן יַעקֹב. 16 און יַעקֹב האָט געבּוירן יוֹסף [בֶּן-דָוִד], דעם בַּעַל פוּן מִריָם, פוּן וועלכער איז געבּוירן געוואָרן יהושע/ישוע [נחמיה 8:17; זכריה 12-6:11], וואָס ווערט גערוּפן רבי מֵלך המָשיחַ. 17 און אַזוי זענען כל דוֹרות פוּן אַברָהם בּיז דָוִד 14 דוֹרות, און פוּן דָוִד בּיז גָלות-בָּבֶל 14 דוֹרות, און פוּן גָלות-בָּבֶל בּיז רבי מֵלך המָשיחַ דוֹרות [זען ד=4 + ו=6 + ד=4 = דוד 14; זען אויך דניאל 26-9:25 = 445 + 69 7ס = יכרת משיח ואֵין לו]. 18 און די געבּורט פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז געווען אויף אַזאַ אוֹפן: ווען מרים [בת-דוד, זען לוקס 38-3:23] אם פון רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אירוסין פאַרקנָסט צוּ יוסף [בֶּן-דָוִד], און איידער זיי זענען זיך צוּזאַמענגעקוּמען, איז זי געפוּנען געוואָרן מְעוּבֶּרת [זען ישעיהו 7:14] פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 19 יוסף [בֶּן-דָוִד] איר שִידוך איז אבער געווען אַ צַדיק, און האָט ער זי נישט געוואָלט אָנטון קיין חֶרפָּה אָדער אָפן בּוּשָה, נייערט געטראַכט מיט איר זיך געבּן אַ גֶט און אָפּצוּלאָזן שטילערהייט מיט איר. 20 און ווי יוסף [בֶּן-דָוִד] האָט זיך דאָס איבּערגעלייגט, הִנֵּה, ערשט אַ מַלאך ה' האָט זיך בּאַוויזן צוּ אים אין אַ חָלום, און געזאָגט: יוסף בֶּן-דָוִד, האָבּ נישט קיין פחד צוּ נעמען אין נישואין מִריָם ווי דיין כַּלה, מחמת דאָס, וואָס איז געבּוֹרן אין איר, איז פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 21 און זי וועט געבּערן אַ זוּן, און דוּ זאָלסט רוּפן זיין נאמען יהושע/ישוע [עזרא 3:8; זכריה 12-6:11, תּלמוּדּ ירוּשׁלמי ברכות ה שמו צמח], מחמת ער וועט יוֹשִׁיעַ [ראַטעווען] זיין עם פוּן זייערע עבירות. 22 און דאָס כל איז געשען, כּדי עס זאָל מקוּים ווערן וואָס סע איז געזאָגט געוואָרן פוּן ה' דוּרך דעם נָביא : 23 הִנֵּה הָעַלמָה [נישט-חתונה-געהאט יונגע בתולה מיידל] הָרָה וְיֹלֶדֶת בֵּן וְקָרָאת שְמוֹ עִמָּנוּ אֵ-ל [זען זון פון דער אויבערשטער, ישעיהו 7:14; 9:5; משלי 30:4; 8:30; תהלים 33:6; דניאל 14-7:13], וואָס איז טייַטש : אלוקים איז מיט אוּנדז. 24 און ווען יוסף [בֶּן-דָוִד] איז אויפגעשטאַנען פוּן שלאָף, האָט ער געטאָן אַזוי ווי דער מַלאך ה' האָט אים געבּאָטן; און ער האָט גענוּמען צוּ זיך זיין כַּלָּה, 25 אָבּער יוסף [בֶּן-דָוִד] האָט זיך מיט איר נישט בּאַהאָפטן, בּיז זי האָט געבּוירן אַ זוּן; און יוסף [בֶּן-דָוִד] האָט גערוּפן זיין נאמען יהושע/ישוע [בֶּן-דָוִד, זען האמר זה בני, נאמן, משנה בבא בתרא 8:6].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Malachi 4
Top of Page
Top of Page