Luke 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס2

ב און עס איז געווען אין יענע טעג, אַז דָת איז אַרויסגעגאַנגען פוּן קסר הרומאי אויגוּסטוּס, אַז די כל הארצות זאָל געציילט ווערן. 2 דאָס איז געווען די ערשטע מפקד, ווען קוּריניוּס איז געווען העֵגמוֹן [זען העֵגמוֹן, נישט לֶגָטוּס; זען לפני הספירה 5; יהושע/ישוע לספירה 5- סהנ 33, זען לוקס 23:46] פוּן סוּרְיָה. 3 און כל זענען געגאַנגען זיך אייַנשרייַבּן, יעדער בן אדם אין זיין אייגענער שטעטל. 4 און יוֹסף [בן דוד] איז אויך אַרויפגעגאַנגען פוּן גָלִיל, פוּן דער שטעטל נָצְרַת, קיין יהוּדה, צוּ דער עיר דָוִדן, וואָס הייסט בֵּית-לֶחֶם, מחמת ער איז געווען פוּן מִשפָחה און בית דוד; 5 צוּ פאַרשרייַבּן זיך מיט מִריָמען [בת דוד, זען לוקס 3:31], וואָס איז געווען פאַרקנַסט צוּ אים אין אירוסין, ווען זי איז געווען מעוּבֶּרֶת. 6 און עס איז געווען, ווען זיי זענען דאָרט געווען, זענען געוואָרן פוּל די טעג פוּן איר קימפּעט 7 און זי האָט געבּוירן איר זוּן דעם בּכוֹר, ותחתלהו אין ווינדעלעך, און אים אַרייַנגעלייגט אין אַן אֵבוּס, מחמת עס איז פאַר זיי נישט געווען קיין פּלאַץ אין דער מָּלוֹן. 8 און עס זענען געווען רוֹעִים אין יענער געגנט אין שָׂדֶה, שֹׁמרים משמרות בּיינאַכט אויף זייער עדר. 9 און אַ מַלאך ה' האָט זיך צוּ זיי בּאַוויזן, און די כבוד ה' האָט געלויכטן אַרוּם זיי; און זיי האָבּן זיך געפאָרכטן מיט א יראה גדולה; 10 און דער מַלאך האָט צוּ זיי געזאָגט: האָט נישט קיין פחד; מחמת הנה בּרענג איך אייך בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן אַ שִׂמְחָה גדולה, וואָס וועט זיין פאַר דעם כל עם ברית; 11 מחמת היינט איז אייך געבּוירן געוואָרן אין דער עיר דָוִדן [זען מיכה 5:1] אַ גוֹאֵל מוֹשיע, וואָס איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ, הָאָדוֹן. 12 און דאָס איז אַ צייכן [אוֹת] פאַר אייך: איר וועט געפינען אַ יֶלֶד אייַנגעוויקלט אין ווינדעלעך, און ליגן אין אַן אֵבוּס. 13 און פּלוּצים איז מיט דעם מַלאך געווען המון צבא השמים, צבא ה', וואָס האָבּן געלויבּט ה', און געזאָגט: 14 כָבוֹד לֵאלֹקִים בַמְרוֹמִים, ובָאָרֶץ שָלוֹם עַל בְנֵי אָדָם רְצוֹנוֹ. 15 און עס איז געווען, ווי די מַלאָכים זענען פוּן זיי אַוועק אין שָמַיִם אַריין, האָבּן די רוֹעים געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: לאָמיר איצט גיין קיין בֵּית-לֶחֶם, און זען די זאַך, וואָס איז געשען, פוּן וואָס ה' האָט אוּנדז צוּ וויסן געטאַן. 16 און זיי זענען געקוּמען געשווינד, און האָבּן געפוּנען מִריָמען [בת דוד] און יוֹספן [בן דוד], און דאָס תינוק ליגן אין דער אֵבוֹס [זען ישעיהו 53:7, משיח לאַם פון ה']. 17 און אַז זיי האָבּן עס געזען, האָבּן זיי בּאַקאַנט געמאַכט דאָס דָּבָר, וואָס איז צוּ זיי גערעדט געוואָרן וועגן דעם דאָזיקן יֶלֶד. 18 און כל, וואָס האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיך געוואוּנדערט וועגן דעם, וואָס די רוֹעִים האָבּן דערציילט. 19 אָבּער מִריָם האָט אָפּגעהיט הדברים האלה, און האָט געטראַכט איבער זיי אין איר לֵב. 20 און די רוֹעים האָבּן זיך אוּמגעקערט, און האָבּן אָפּגעגעבּן כָּבוד צו ה', זאגנדיק ברוך ה' פאַר כל, וואָס זיי האָבּן געהערט און געזען, אַזוי ווי עס איז צוּ זיי גערעדט געוואָרן. 21 און אַז עס זענען געוואָרן פוּל 8 טעג אים מַל צוּ זיין, האָט מען אים שמו געגעבּן יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; 3:8], ווי דער מַלאך האָט אים גערוּפן [זען לוקס 1:31], איידער ער איז אויפגענוּמען געוואָרן אין דער מוּטערטראַכט [לפני שהורה בּבּטן]. 22 און ווען עס זענען געוואָרן פוּל די טעג פוּן איר טהרה, לויט תּוֹרת מֹשה [ויקרא 8-12:2], האָבּן זיי אים אַרויפגעבּראַכט קיין ירוּשַלָיִם, אים צוּ שטעלן פאַר ה' 23 ווי סע שטייט געשריבּן אין דער תורת ה': כל זָכר, וואָס עפנט די מוּטערטראַכט [רחם], זאָל גערוּפן ווערן קֹדֶש צוּ ה' [שמות 13:2,12,15; במדבר 3:13, פּדיון הבּן] 24 און צוּ בּרענגען אַ קָרבּן, לויט ווי סע איז געזאָגט געוואָרן אין דער תורת ה': שְתֵי־תֹרִים אוֹ שְנֵי בְנֵי יוֹנָה [ויקרא 12:8]. 25 און הִנֵּה, עס איז געווען אַן איש אין ירוּשַלָיִם, וואָס האָט געהייסן שִמעוֹן, און דער דאָזיקער מענטש איז געווען אַ צדיק און א חסיד פון פרומקייט, און ער האָט געוואָרט אויף דער נחָמת יִשׂרָאל; און דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט גערוּט אויף אים. 26 און אים איז אַנטפּלעקט געוואָרן דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אַז ער וועט נישט זען דעם מָוֶת, איידער ער וועט האָבּן געזען דעם רֶבּי מלך המָשיחַ פוּן ה'. 27 און ער איז געקוּמען דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש אין בֵּית-המִקדש אַריין; און ווען די הוֹרים האָבּן אַרייַנגגעבּראַכט דאָס יֶלֶד יהושע/ישוע, צוּ טאָן מיט אים לויט דעם משפּט פוּן דער תּוֹרה [זען ויקרא 8-12:6], 28 האָט ער אים גענוּמען אין זיינע אָרעמס, און געזאגט בּרוּך ה', און געזאָגט: 29 איצט אָ, אדושם, לאזטו דיין עֶבֶד גיין, לויט דיין דָּבָר, בּשָלום; 30 מחמת מיינע אויגן האָבּן געזען דיין ישוּעת אלוקינו, 31 וואָס דוּ האָסט אָנגעבּרייט פאַר כל עַמִּים; 32 אַן אוֹר צוּ בּאַלייַכטן די אוּמות, און דער תפארת פוּן דיין עם יִשׂרָאל [ישעיהו 42:6]. 33 און אביו און אמו האָבּן זיך געוואוּנדערט איבּער דעם, וואָס איז געזאָגט געוואָרן וועגן אים; 34 און שִמעוֹן האָט זיי געבּענטשט, און האָט געזאָגט צוּ מִריָמען אמו: הִנֵּה, ער איז בּאָשטימט צום דעם מכשול און דעם תקומה פון רבים [ישעיהו 12-53:11] אין יִשׂרָאל; און פאַר אַ צייכן [אוֹת], וואָס מע וועט רעדן אַנטקעגן [ישעיהו 15-8:14; 53:3] 35 און אַ חֶרֶב וועט דוּרכשטעכן דיין אייגענע זעל - כּדי סע זאָלן אַנטפּלעקט וועדן די מַחשָבות לֵב פוּן רבים. 36 און עס איז געווען אַ נבִיאה, חַנָה בַּת-פּנוּאֵל, פוּן שֵבֶט אָשֵר; זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זער טיפע עלטער, האבּנדיק געלעבּט מיט איר מאַן 7 יאָר פוּן איר בְּתוּלים, 37 און איז געווען אַן אַלמָנה 84 יאָר. און זי האָט נישט פארלאזט דעם בֵּית-הַמִקדש, און האָט געדינט ה' מיט תַּענֵיתים און תּפִילות יומם ולַיְלָה. 38 און גראָד אין יענער שָעה איז זי געקוּמען, זאגנדיק ברוך ה', און רעדן וועגן אים צו אלע, וואָס האָבּן געהאפט אויף דער גאוּלה פוּן ירוּשָלַיִם. 39 און אַזוי ווי זיי האָבּן מקַיים געווען אַלצדינג, לויט דער תורת ה', האָבּן זיי זיך אוּמגעקערט קיין גָלִיל, צוּ זייער אייגענער שטעטל נָצְרַת. 40 און דאָס יֶלֶד איז געוואָקסן און איז געוואָרן שטאַרק, פוּל מיט חָכמה, און דער חֵן וחסד ה' האָט גערוּט אויף אים. 41 און זיינע הוֹרים פלעגן עוֹלה-רֶגל זיין יעדעס יאָר קיין ירוּשָלַיִם אויף דעם יום-טוֹב פֵּסַח. 42 און ווען ער איז אַלט געווען 12 יאָר, אָבּן זיי עוֹלה-רֶגל געווען לויט דעם מנהג פוּן דעם יום טוב. 43 און ווען דער יום-טוֹב האָט זיך געענדיקט, און זיי האָבּן זיך אוּמגעקערט אַהיים, איז דאָס יינגל יהושע/ישוע איבּערגעבּליבּן אין ירוּשָלַיִם; און זיינע הוֹרים האָבּן עס נישט געוואוּסט. 44 נאָר מיינענדיק, אז ער איז מיט די עוֹלה-רֶגל, זענען זיי געגאַנגען אַ טאָג רייזע, און האָבּן אים געזוּכט צווישן זייערע קרוֹבים און בּאַקאַנטע. 45 און אַז זיי האָבּן אים נישט געפוּנען, האָבּן זיי זיך אוּמגעקערט קיין ירוּשָלַיִם, און האָבּן אים געזוּכט. 46 און עס איז געווען, אין 3 טעג אַרוּם, האָבּן זיי אים געפוּנען אין בֵּית-הַמִקדש זיצן צווישן די תּלמידֵ-חַכָמים, ווי ער האָט זיך צוּגעהערט און זיי געפרעגט קַשיות. 47 און כל, וואָס האָבּן אים געהערט, האָבּן זיך שטאַרק געחִידושט איבּער זיין בִּינָה און זיינע תּשוּבות. 48 און ווען זיי האָבּן אים געזען, זענען הוריו נִשתּוֹמם געוואָרן; און זיין אֵם האָט צוּ אים געזאָגט: בְּנִי, פאַרוואַס האָסטוּ אוּענדז אַזוינס געטאָן? הנה, אביך און איך האָבּן דיך געזוּכט מיט אַנגסט. 49 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: פארוואס האָט איר מיך געזוּכט? צי האָט איר נישט געוואוּסט, אַז איך מוּז זיין אין בֵּית פון [אלוקים] אָבִי? 50 און זיי האָבּן נישט בּינה פון דאָס דָּבָר, וואָס ער האָט צוּ זיי גערעדט. 51 און ער האָט מיט זיי אַראָפּגעגאנגען, און איז געקוּמען קיין נָצְרַת; און ער איז זיי געווען אוּנטערטעניק; און אמו האָט שָמְרָה כל הדברים האלה אין איר לֵב. 52 און יהושע/ישוע איז געוואַקסן אין חָכמה און אין געשטאַלט, וגדל וטוֹב גם עם-ה' וגם עם אנשים [זען שמואל א 2:26].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 1
Top of Page
Top of Page