Luke 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס

לוקס1

א אַזוי ווי סופרים משיחיים רבים האָבּן זיך אוּנטערגענוּמען צוּ בּאַשרייַבּן די געשיכטע פוּן די פאקטן, וואָס זענען צווישן אוּנדז פארגעקומען, 2 טאקע ווי זיי זענען אוּנדז מְסָרוּם געוואָרן פוּן די, וואָס זענען פוּן אָנהייבּ אָן געווען אויגן-עֵדות און משרתים פוּן דעם דָּבָר ה', 3 האָבּ איך עס אויך געהאַלטן פאַר רעכט, האָבּנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפאָרשט אויפסניי, צוּ שרייבּן אין אַ סֵדר דיר, אַ איידלסטער טעאָפילוּס, 4 כּדי דוּ זאָלסט וויסן דעם אֶמת פוּן דעם, אין וואָס דוּ בּיסט גענומען שעורים. 5 עס איז געווען אין די טעג פוּן חוֹרדוסן, דעם מֵלך פוּן יהוּדה, איינער אַ כֹּהן מיטן נאָמען זכַריָה, פוּן דעם מִשמר פוּן אַבִיָה; און ער האָט געהאט אַן אִשָה פוּן די בּנוֹת אַהרֹן, וואָס האָט געהייסן אֶלישֶבע [זען דברי הימים א 24:10]. 6 און בּיידע זענען געווען צדיקים פאַר ה', און זענען געגאַנגען ערלעך אין כל מִצוות און חוּקים פוּן ה'. 7 אָבּער זיי האָבּן נישט געהאט קיין בֶּן, כִּי אֶלישֶבע איז געווען אַן עַקָרה, און בּיידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער. 8 און עס איז געווען, ווען ער האָט אויסגעפירט די עַבוֹדת ה' אין דעם סֵדר פוּן זיין מִשמר, 9 לויט דעם מִנהג פוּן דער כּהוּנה, איז געווען זיין גוֹרל אַרייַנצוּגיין אין דעם הֵיכל ה' און רויכערן קטוֹרֶת. 10 און די כל קְהַל הָעָם האָט געדאַוונט געווען דרויסן אין דער שָעה פוּן קטוֹרֶת. 11 און אַ מַלאך ה' האָט זיך בּאַוויזן צוּ אים, וואָס איז געשטאַנען אויף דער רעכטער זייט פוּן דעם קטוֹרֶת-מִזבֵּיחַ. 12 און אַז זכַריָה האָט אים דערזען, האָט ער זיך דערשראָקן, און אַ פַּחד איז געפאַלן אויף אים. 13 אָבּער דער מַלאך האָט צוּ אים געזאָגט: פארכט דיך נישט, זכַריָה; מחמת דיין דאַווענענדיק איז דערהערט געוואָרן, און דיין אִשָה אֶלישֶבע וועט דיר געבּערן אַ זוּן, און דוּ זאָלסט רוּפן זיין נאמען יוֹחָנָן. 14 און ער וועט זיין פאר דיר א שִׂמְחָה און שָׂשׂוֹן; און רבים וועלן זיך פרייען איבּער זיין געבּוּרט. 15 מחמת ער וועט זיין גָּדוֹל פאַר ה', און וויין און שכר וועט ער נישט טרינקען; און ער וועט זיין פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן רֶחֶם פון אִמּוֹ. 16 און רבים פוּן די בְּנֵי יִשׂרָאל וועט ער אוּמקערן אין תשובה צוּ ה' אֱלֹקֵיהֶם. 17 און ער וועט פאָרויסגיין פאַר אֲדֹנָי אין דעם רוּחַ און אין דער גבוּרה פוּן אֵלִיָהוּן הביא, להשיב לֵב אבות על בָּנִים [מלאכי 3:24], און די סוֹררים צוּ דער תְּבוּנת הצַדיקים כּדי שאפן אַ צוּגעגרייט עם פאַר ה' [ישעיהו 40:3]. 18 און זכַריָה האָט געזאָגט צוּ דעם מַלאך: לויט וואס וועל איך דאָס דערקענען? מחמת איך בּין אַ זָקן, און מיין אִשָה איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. 19 און דער מַלאך האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: איך בּין גברִיאֵל [דניאל 9:21 ;8:16], וואָס שטייט פאַר ה', און איך בּין געשיקט געוואָרן צוּ רעדן צוּ דיר, און צוּ בּרענגען דיר די דאָזיקע גוטע בּשורה 20 און הנה וועסטוּ זיין שטוּם און נישט קענען רעדן, בּיז דעם יוֹם, ווען דאָס וועט געשען, מחמת דוּ האָסט נישט געגלויבּט מיינע דבָרים, וואָס וועלן מקוּים ווערן אין זייער צייט. 21 און דאָס עם האָט געוואָרט אויף זכַריָהן, און זיי האָבּן זיך געחִידושט, וואָס ער זאַמט זיך אין דעם הֵיכל. 22 און אַז ער איז אַרויסגעקוּמען, האָט ער נישט געקענט רעדן צוּ זיי; און זיי האָבּן זיך משַער געווען, אַז ער האָט געזען אַ חִזָּיוֹן אין דעם הֵיכל; און ער האָט געמאַכט צייכנס צוּ זיי, און איז פאַרבּלייבּן שטוּם. 23 און עס איז געווען, אַז די טעג פוּן זיין עַבוֹדה האָבּן זיך געענדיקט, האָט ער זיך אוּמגעקערט אַהיים. 24 און נאָך די דאָזיקע טעג איז אֶלישֶבע זיין אִשָה פאַרגאַנגען אין טראָגן, און זי געהאלטן זיך אין התבודדות 5 חַדָשים, און האָט געזאָגט: 25 אַזוי האָט ה' געטאָן צוּ מיר אין די טעג, ווען ער האָט אויף מיר געקוּקט, אַוועקצוּנעמען מיין חַרפּה פוּן צווישן בְּנֵי אָדָם. 26 און אין דעם 6טער חוֹדש איז דער מַלאך גַברִיאֵל געשיקט געוואָרן פוּן ה' אין אַ שטעטל פוּן גָלִיל, וואָס האָט געהייסן נָצְרַת, 27 צוּ אַן עלמה [נישט חתונה געהאט יונגע בתולה מיידל] וואָס איז געווען פאַרקנַסט אין אירוסין צוּ אַ מאַן מיטן נאָמען יוֹסף, פוּן בֵּית-דָוִד; און די בּתולה האָט געהייסן מִריָם [בת נתן בת דוד, זען לוקס 3:31 ;38-3:23, נישט בת יכניהו בת דוד, זען ירמיהו 22:30; מתי 1:11]. 28 און ער איז צוּ איר אַרייַנגעקוּמען, און האָט געזאָגט: שָלום לך אשת חן ה' עמך. 29 אָבּער זי האָט זיך זייער דערשראָקן איבּער דעם דָּבָר, און האָט בּיי זיך געטראַכט, וואָסער מִין שלום גרוּס קען דאָס זיין? 30 און דער מַלאך האָט צוּ איר געזאָגט: האָבּ נישט קיין פחד, מִריָם, מחמת דוּ האָסט געפוּנען חֵן בּיי ה'. 31 און הִנֵּה, דוּ וועסט מעוּבֶּרֶת ווערן, און געבּערן בּן [ישעיהו 7:14], און דוּ זאָלסט רוּפן שמוֹ יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 32 ער וועט זיין גָּדוֹל, און וועט גערוּפן ווערן דער זוּן פוּן דעם אויבּערשטער; און ה', הָאָדוֹן, וועט אים געבּן דעם כִּסֵא פוּן דָּוִד אָבִיו; 33 און ער וועט קיניגן איבּער דעם בֵּית יַעקֹב לְעוֹלָם וְאֵין סוֹף למַלְכוּתוֹ [ישעיהו 9:6-7]. 34 און מִריָם האָט געזאָגט צוּם מַלאך: וויאַזוי וועט דאָס זיין, אַז איך קען נישט קיין מאַן? 35 און דער מַלאך האָט צוּ איר געזאַגט: דער רוּחַ-הַקוֹדֶש וועט קוּמען אויף דיר, און די גבורה פוּן דעם אויבּערשטער וועט דיך בּאַדעקן [ישעיהו 7:14]; דערפאר וועט אויך דאָס, וואָס ווערט געבּוירן, אָנגערוּפן ווערן קֹדֶש, דער זוּן פון דער אויבּערשטער. 36 און הִנֵּה, אֶלישֶבע דיין קרוֹבה, אויך זי איז טראָגנדיק מיט אַ זוּן אויף איר עלטער; און דאָס איז דער 6טער חוֹדש בּיי איר, וואָס איז גערוּפן געוואָרן עַקָרה. 37 מחמת בּיי ה' איז קיין זאָך נישט אוּממעגלעך. 38 און מִריָם האָט געזאָגט: הנני שפחת אדוני; זאָל מיט מיר געשען לויט דיין דְּבַר. און דער מַלאך איז פוּן איר אַוועקגעגאַנגען. 39 און מִריָם איז אויפגעשטאַנען אין יענע טעג, און איז אייליק געגאַנגען אין דעם אֵזוֹר ההר, צוּ אַ שטעטל אין יהוּדה; 40 און זי איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן זכַריָהן, און האָט אָפּגעגעבּן שלום אֶלישֶבען. 41 און עס איז געווען, ווען אֶלישֶבע האָט געהערט די שלום גריסוּנג פוּן מִריָמען, איז דאָס יֶלֶד געשפּרוּנגען אין איר בֶּטֶן; און אֶלישֶבע איז געוואָרן פוּל מיט דעם רוּחַ-הַקוֹדֶש; 42 און זי האָט אויפגעהויבּן איר קוֹל מיט אַ הויך געשריי, און געזאָגט: בּרוכה את בּנשים וברוך פרי בּטנך! 43 און פאַרוואַס איז דאָס דאָזיקע מיר געשען, אַז די אֵם אָדוֹנִי זאָל קוּמען צוּ מיר? 44 מחמת הִנֵּה, ווי נאָר דאָס קוֹל פוּן דיין בּרכת שלום בּאַגריסוּנג האָט דערגרייכט מיינע אויערן, איז דאָס יֶלֶד געשפּרוּנגען פוּן שִׂמְחָה אין מיין בֶּטֶן. 45 און אשרי איז זי, וואָס האָט געגלויבּט, אז סע וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואָס איז איר גערעדט געוואָרן פוּן ה'. 46 און מִריָם האָט געזאָגט: 47 תְרוֹמֵם נַפְשִי ה' וְתָגֵל רוחִי בֵאלֹקֵי יִשְעִי 48 כִּי רָאָה בָּעֳנִי אֲמָתוֹ. הִנֵה 'אַשְרֶיהָ' יֵאָמֵר לִי מֵעַתָּה ולְדוֹר דוֹרִים. 49 כִי גְדוֹלוֹת עָשָה בִי שַדַי, קָדוֹש שְמוֹ 50 וְחֶסֶד ה' מֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם עַל יְרֵאָיו. 51 עָשָה חַיִל בִזְרוֹעוֹ פִּזַּר את אשר מַחְשְבוֹת גַּאֲוָה בְּלִבָּם. 52 שַלִיטִים הוֹרִיד מֵעַל כִסְאוֹתָם ושְפָלִים שָם לְמָרוֹם. 53 נַפְשוֹת רְעֵבִים מִלֵא טוֹב וַעֲשִירִים שִלַח רֵיקָם. 54 תָמַךְ בְיִשְרָאֵל עַבְדוֹ זָכַר ה' רַחֲמָיו 55 כַאֲשֶר דִבֵּר אֶל אֲבוֹתֵינו אֶל אַבְרָהָם וְאֶל זַרְעוֹ עַד עוֹלָם. 56 און מִריָם איז געבּליבּן מיט איר אַרוּם 3 חַדָשים, און האָט זיך אוּמגעקערט אַהיים. 57 פאר אֶלישֶבע אבּער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קיִמפּעט; און זי האָט געבּוירן אַ בּן. 58 און אירע שכֵנים און קרוֹבים האַבּן געהערט, אַז ה' האָט מיט איר געטאַן גָּדוֹל חֶסֶד, און זיי האַבּן זיך מיט איר פיל שמחה. 59 און עס איז געווען אויפן 8טער יוֹם, איז מען געקוּמען מַל זיין דאָס יֶלֶד; און זיי האַבּן אים געוואָלט אַ נאַמען געבּן זכַריָה, נאָך שֵם אָבִיו [זען זכריה 12-6:11 ויקראו צו משיח יהושע/ישוע על-שם כֹּהֵן גדול ישוע בן יוצדק, עזרא 3:8; זכריה 12-6:11]. 60 און זיין אֵם האָט זיך אַפּגערוּפן: לֹא, נייערט יוֹחָנָן זאָל מען אים רוּפן. 61 און זיי האַבּן צוּ איר געזאָגט: אין דיין מִשפָחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאָזיקן נאמען. 62 און זיי האַבּן געמאַכט צייכנס צוּ אביו, ווי ער האָט בּדֵעה אים צוּ רוּפן. 63 און ער האָט פאַרלאַנגט אַ לוּחַ, און האָט אויפגעשריבּן: יוחנן שמו [זען יחושע/ישוע צמח (משיח) שמו, זכריה 12-6:11]. און זיי האַבּן זיך כל געחִידושט. 64 און זיין מויל און זיין צוּנג האַבּן זיך מיטאַמאַל אויפגעמאַכט, און ער האָט גערעדט און האט געזאגט: בּרוּך ה'. 65 און פַּחד איז געפאַלן אויף כל זייערע שכֵנים; און אין כל בּאַרג-לאַנד יהוּדה האָט מען גערעדט וועגן די דאַזיקע זאַכן. 66 און כל, וואָס האַבּן דאָס געהערט, האַבּן עס זיך גענוּמען צוּם לֵב, און געזאָגט: וואָס וועט דאָס דאָזיקע יֶלֶד זיין? מחמת די יַד ה' איז געווען מיט אים. 67 און אָביו זכַריָה איז געוואָרן פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און האָט נבִיאות געזאָגט, אַזוי צוּ זאָגן: 68 בָּרוּך ה' אלוקֵי יִשׂרָאל! אֲשֶר פָקַד אֶת עַמוֹ ופְדות שָלַח לוֹ 69 וְהִצְמִיחַ לָנו קֶרֶן יְשועָה בְבֵית דָוִד עַבְדוֹ 70 כִדְבַר ה' מֵעוֹלָם בְיָד נְבִיאָיו הַקְדוֹשִים 71 לְהוֹשִיעֵנו מִיַד אוֹיֵב ומִיַּד כָל שוֹנֵא 72 לַעֲשוֹת חֶסֶד עִם אֲבוֹתֵינו וְלִזְכֹּר לְעוֹלָם בְרִיתוֹ 73 אֲשֶר נִשְבַּע לְאַבְרָהָם אָבִינו 74 לְהַצִילֵנו מִיַד אוֹיֵב לְתִתֵנו לְעָבְדוֹ בְאֵין מוֹרָא 75 בִקְדֻשָה וָצֶדֶק לְפָנָיו כָל יָמֵינו. וּלְךָ, הַיֶלֶד, נְבִיא אֵ-ל עֶלְיוֹן יִקָרֵא כִי לְפָנָיו תֵלֵךְ לְפַנּוֹת דֶרֶךְ ה' 77 לְהוֹדִיעַ יְשועַת ה' לְעַמּוֹ כִּי יִסְלַח לְחַטָאתָם 78 כְּרֹב רַחֲמָיו עִמָּנוּ וְדָרַךְ כוֹכָב מִשָמַיִם, פָּקֹד יִפְקְדֵנוּ 79 לְהָאִיר לְיוֹשְבֵי חֹשֶךְ וְצַלְמָוֶת וְלָשִים פְעָמֵינו לְדֶרֶךְ שָלוֹם. 80 וְהַיֶלֶד גָדַל וְהִתְחַזֵק בְרוּחַ בִהְיוֹתוֹ בַמִדְבָּר עַד יוֹם ווען ער האָט זיך אַנטפּלעקט צו יִשְרָאֵל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Mark 16
Top of Page
Top of Page