1 Peter 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא א3

ג אויף דעם זעלבּן שטייגער, איר נָשִים, זייט אוּנטערטעניק צו אייערע אייגענע בעלים, כּדי, אַפילו אויבּ אייניקע געהאָרכן נישט דאָס דָּבָר ה', זאָלן זיי געוואוּנען ווערן אָן אַ דָּבָר דוּרך דער אויפפירוּנג פוּן זייערע נָשִים, 2 ווען זיי וועלן זען אייער צנִיעוּתדיקע און פרוּמע אויפפירוּנג. 3 זאָל אייער צירונג זיין נישט דאָס אויסערלעכע בּאַשייַנוּנג פוּן פלעכטן די האָר, און פוּן טראָגן צירוּנג פוּן זָהָב, אָדער מיט אָנקליידן טייערע מלבּושים, 4 נייערט זאָל דאָס זיין דער אָדָם פְּנִימִי פוּן דעם לֵב און דער אוּמפאַרדאַרבּלעכער צירונג פוּן אַן עַניווֶתדיקן און שטילן גייסט, וואָס איז זער טייער פאַר ה'. 5 וואָרעם אַזוי אָ האָבּן זיך אויך אַמאָל געצירט די נָשִים הַקְּדוֹשוֹת, וועלכע האָבּן געהאָפט אין ה', און זענען געווען אוּנטערטעניק צו זייערע אייגענע בּעלים, 6 ווי שָׂרָה האָט געהאָרכט אַברָהם אבינו, און האָט אים אָנגערוּפן אָדֹנִי [בראשית 18:12, זען דודס אדֹנִי משיח בן דוד, אדון כל הארֶץ, זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1; דניאל 14-7:13, אדון כל הארֶץ בַר אֱנָשׁ משיח וְלֵהּ יְהִיב שָׁלְטָן וִיקָר וּמַלְכוּ וְכֹל עַמְמַיָּא אֻמַּיָּא וְלִשָּׁנַיָּא לֵהּ יִפְלְחוּן שָׁלְטָנֵהּ שָׁלְטָן עָלַם דִּי-לָא יֶעְדֵּה וּמַלְכוּתֵהּ דִּי-לָא תִתְחַבַּל]. און איר זענט געוואָרן שרהס בָּנוֹת, אויבּ איר טוּט רעכט, און שרעקט זיך נישט אָפּ פון קיין שום פּחד. 7 אויך אַזוי, איר בּעלים, וואוינט מיט אייערע נָשים מיט פאַרשטענדעניש, און גיט אָפּ כָּבוד דער אִשָּה, ווי די כֵּלי רַךְ, ווייל זיי זענען אויך מיט-יוֹרשים אין דעם חֶסֶד הַחַיים, כּדי אַז אייערע דאַווענענדיק תּפִילות זאָלן נישט געשטערט ווערן. 8 און צוּם סוֹף, זייט אַלע פוּן איין מַחשָבה, האָט מיטלייד, האָט משיחיסט אֲגֻדָּה אהבת אחים, זייט בּארמהערציק, עַנִיווֶתדיק. 9 פאַרגעלט נישט קיין רָעָה פאַר רָעָה, אָדער לעסטערוּנג פאַר לעסטערוּנג, נייערט פאַרקערט, בּענטשט; ווייל צוּ דעם זענט איר בּאַרוּפן געוואָרן, כּדי איר זאָלט יַרשענען אַ בּרָכה. 10 וואָרעם הָאִיש הֶחָפֵץ חַיִים אֹהֵב יָמִים לִרְאוֹת טוֹב, יִנְצֹר לְשוֹנוֹ מֵרָע, ושְפָתָיו מִדַבֵר מִרְמָה. 11 יָסוּר מֵרָע וְיַעֲשֶה־טוֹב, יְבַקֵש שָלוֹם וְיִרְדְפֵהו, 12 כִּי עֵינֵי ה' אֶל־צַדִיקִים, וְאָזְנָיו אֶל־שַוְעָתָם; ופְנֵי ה' בְעֹשֵי רָע [תהלים 17-34:13]. 13 און ווער איז דער, וואָס וועט אייך טאָן שאָדן, ווען איר וועט אייפערן פאָר דעם גוטן? 14 און אויבּ אַפילו איר זאָלט ליידן צוליבּ צדקת ה', אַשְרֵיכֶם. און פאַר זייער מוֹרא זאָלט איר זיך נישט פאָרכטן, נישט זאָלט איר זיך דערשרעקן; 15 האדון רבי מלך המשיח אָבּער זאָלט איר הייליקן אין אייערע לְבָבוֹת; זייט גרייט תָּמיד צוּ געבּן אַן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סבּה פון דער תִּקְוָה, וואָס איז אין אייך, דאָך מיט עַנִיוותדיקייט און מיט יראה שמים; 16 האָט אַ גוּט געוויסן, כּדי אין וואָס מען רעדט אָפּ פון אייך, זאָלן צושאַנד ווערן די, וואָס בּאַליידיקן אייער גוּטע פירוּנג פוּן לעבּן אין רבי מֵלך המָשיחַ. 17 וואָרעם עס איז בּעסער, אויבּ דאָס איז רצון ה', צו ליידן פאַר טאָן גוּטס, ווי פאַר טאָן רַע. 18 ווייל אַפילו רבי מֵלך המָשיחַ איז איין מאָל מֵת לְכַפָּרַת חֲטָאִים, דער צַדיק פאַר די רשָעים, כּדי ער זאָל אוּנדז בּרענגען צוּ ה'; און ער איז געטייט געוואָרן אין דעם פלייש, אָבּער געמאַכט געוואָרן לעבּעדיק אין דעם רוּחַ. 19 אין וועלכן ער [ער, דאָס הייסט, דבר ה' משיח אין רוּחַ אין הטפה פון נֹחַן, זען תהלים 107:20; יוחנן 1:14; משלי 30:4; 8:30; תהלים 33:6; שמא 3:7] האָט אויך געגאַנגען און האָט אויסגערופן צו די רוחות [זען כיפא א 3:22] אין געפענקעניש, 20 וואָס זענען אַמאָל געווען ווידערשפּעניק, ווען סבלנות פוּן ה' האָט געוואַרט אין די טעג פוּן נֹחַן, בּשַעת עס איז צוגערייט געוואָרן די תֵּבה, אין וועלכער ווייניקע, דאָס הייסט 8 נפָשות, זענען געראַטעוועט געוואָרן דורך דעם מַיִם. 21 פוּן וואָס אין אַן אַב-טִפּוּס, די ארטאדאקסיש יידיש מקוה מים טבִילה טוּט אייך איצט אויך מַציל זיין [זען מרק' 16:16], נישט דאָס אָפּטאָן דעם שמוּץ פוּן דעם לייבּ, נאָר דאָס וויסיקייט פון הִתְחַיְּבוּת און אַפּעלירן פוּן אַ מַצְפּוּן טָהוֹר לגַבּי ה', דוּרך דעם תּחִיַת-הַמֵתים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען רומ' 4-6:3, מקוה מים פון ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה און תשובה ביז התחדשות חיים], 22 וועלכער איז בּיי דער רעכטער האַנט פוּן ה' [זען תהלים 110:1], נאָכדעם ווי ער איז אַרויפגעגאַנגען אין שָמַיִם אַריין; און מַלאָכים און רשֻיּוֹת און גְבוּרוֹת זענען געמאַכט געוואָרן אים אוּנטערטעניק.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Peter 2
Top of Page
Top of Page