1 Peter 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא א2

ב על-כּן, טוּט אָפּ פוּן זיך יעדע רשעות, און יעדע פאלשקייט, און צביעות, און קנאה, און יעדע לשון הרע, 2 ווי נייַ-געבּוירענע עוֹפעלעך, בּאַגערט די נישט-געפעלשטע גייַסטיקע חָלָב, כּדי איר זאָלט אויפוואַקסן דורך דער זעלבּיקער צו ישוּעת אלוקינו, 3 אויבּ איר האָט טוֹעם געווען, אַז הָאָדוֹן איז טוֹב [זען תהלים (8)34:9]. 4 גענעענט צוּ אים, ווי צוּ אַן אֶבֶן חַיָּה, וואָס איז פאַרוואָרפן פוּן בני אדם, בּיי ה' אָבּער אויסדערוויילט און טייער, 5 און ווי לעבּעדיקע שטיינער זאָלט איר אַליין אויפגעבּויט ווערן צוּ אַ גייסטיק בֵּית, צוּ זיין אַ כּהֻנַּת קֹדֶש, כּדי מַקריב צוּ זיין גייַסטיקע קָרבָּנות, וואָס זענען בּאַוויליקט צוּ ה' דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 6 מחמת סע שטייט אין פּסוּק: הנני יסּד בּציּוֹן אַן אֶבֶן פִּנָּה, אַן אויסדערוויילטן, אַ קאָסטבּאַרן; און דער, וואָס גלויבּט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאַנדן [ישעיהו 28:16]. 7 על-כּן, פאַר אייך, וואָס גלויבּן, איז ער טייער, פאַר די אפּיקוֹרוֹס אָבּער: אבן מאסו הבּוֹנים היתה לרֹאש פּנּה [תהלים 118:22], 8 און אבן נגף וצוּר מכשול [ישעיהו 8:14]. זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבּן נישט אין דעם דָּבָר ה', וואָס צוּ דעם זענען זיי אויך בּאַשטימט געוואָרן. 9 איר אָבּער זענט אַן אויסדערוויילטער דוֹר, אַ מלוּכה פוּן כֹּהַנים, אַן אומה קָדוש, אַן עַם-סגוּלה, כּדי בּאַקאַנט צוּ מאַכן די מִידות פוּן אים, וואָס האָט אייך אַרויסגערוּפן פוּן חֹשֶךְ צוּ זיין וואוּנדערלעך אוֹר; 10 איר, וואָס זענט אַמאָל נישט געווען קיין עם, אָבּער איצט זענט איר עם אלוקים; אַמאָל זענט איר געווען אָן רחמים, אָבּער איצט האָט איר מקַבּל געווען רחמים [הושע 2:23]. 11 בּאליבּטע, איך בּעט אייך ווי גֵרים און תּוֹשבים, זיך צוּריקצוּהאַלטן פוּן פליישלעכע תַּאוות, וואָס קריגן קעגן אייער נשמה. 12 פירט אייך אויף רעכט צווישן די גויים, כּדי, ווען זיי רעדן קעגן אייך ווי רשעים, זאָלן זיי דוּרך אייערע מַעשׂים-טובים, וואָס זיי זעען, זאָגן ברוך ה' אין דעם יוֹם פְּקֻדָּה. 13 זייט אוּנטערטעניק אוּנטער יעדער מענטשלעכער פאַראָרדענוּנג לְמַעַן הָאָדוֹן, סיי דעם מֵלך, ווי הָרֹאש; 14 אָדער די פּראָקוּראַטאָרן, וואָס זענען פוּן אים געשיקט געוואָרן צוּ שטראָפן פארבּרעכער, און צוּ לויבּן די, וועלכע טוּען הַטוֹב. 15 ווייל אַזוי איז דער רָצון ה', אַז מיט אייער טאָן גוּטס זאָלט איר בּרענגען צום שווייגן דאָס אומוויסן פוּן נאַרישע מענטשן; 16 אַלס בני חורין [זען הא לחמא עניא, הַגָדָה], און נישט נוּצנדיק אייער פרייַהייט ווי אַ צודעק פאַר שלעכטס, נאָר ווי עבדים פוּן ה'. 17 גיט אלעמען אָפּ כָּבוד. האָט ליבּ די משיחיסט אֲגֻדָּה. האָט מורא פאַר ה'. גיט אָפּ כָּבוד דעם מֵלך. 18 איר עבדים, זייט אוּנטערטעניק צו אייערע אדונים מיט יעדער פאָרכטיקייט; נישט בּלויז צו די גוּטע און איידעלע, נאָר אויך צו די שרי מסים [זען שמות 1:11]. 19 ווייל דאָס דאָזיקע איז בִּרכַּת חֶסֶד, ווען צוליבּ דעם וויסיקייט לגַבּי ה', מען דערטראָגט צער, ליידנדיק יסוּרים אומיושרדיק. 20 מחמת וואָסער כָּבוד איז עס, אויבּ איר פאַרזינדיקט זיך, און ווערט געשלאָגן דערפאַר, און איר זענט געדוּלדיק? נאָר אויבּ איר טוּט גוּטס, און ליידט, און דאָך זענט געדוּלדיק, איז עס בִּרְכַּת חֶסֶד בּיי ה'. 21 וואָרעם צוּ דעם זענט איר בּאַרוּפן געוואָרן; ווייל רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויך געליטן פאַר אייערטוועגן, און געלאָזן אייך אַ בּייַשפּיל, כּדי איר זאָלט גיין בְּעִקְּבוֹת מָשִיחַ; 22 וועלכער איז געווען בְּלִי חֵטְא [זען ישעיהו 7:14]; וְלֹא מִרְמָר בְּפִיו [זען ישעיהו 53:9]; 23 וועלכער, ווערנדיק געזידלט, האָט ער נישט צוריקגעזידלט; ליידנדיק, האָט ער נישט געסטראַשעט; נאָר זיך איבּערגעגעבּן צוּ דעם שופט צדק; 24 וועלכער האָט אליין אַוועקגעטראָגן חֲטָאֵינוּ אין זיין בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7; תהלים 16:9] אויף דעם בּוים [זען שמב 15-18:9; זכריה 12:10; ישעיהו 53:5; תהלים 22:17], כּדי מיר, אָפּשטאַרבּנדיק וואָס שייך הַחֵטְא [זען רומ' 8:13], זאָלן לעבּן צו צדקות; וּבַחֲבֻרָתוֹ נִרפָּא לָנוּ [ישעיהו 53:5]; 25 וואָרעם איר זענט געווען ווי פאַרבּלאָנדזשעטע שאָף [זען ישעיהו 53:6], נאָר איצט האָט איר זיך אוּמגעקערט אין תשוּבה צום רוֹעֶה [יחז' 16-34:1] און משגיח [איוב 10:12] פוּן אייערע נשָמות [זען ישעיהו 9-53:5].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Peter 1
Top of Page
Top of Page