1 Kings 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
מלכא4

1 און דער מלך שלֹמֹה איז געווען מלך איבּער כּל ישראל. 2 און דאָס זייַנען די
שׂרים וואָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו בּן צָדוֹקן, דער כהן; 3 אֶליחוֹרף און אַחִיָּה, די בּני שישאָן, סֵפֶרים; יְהוֹשָפָט בּן אחילודן, דער מזכּיר; 4 און בנָיָהו בּן יהוֹיָדָען, איבערן צָבא; און צָדוֹק און אביתר, כֹּהנים; 5 און עַזַריָהו בּן נתנען, איבּער די נצבים; און זָבוד בּן נתנען, כֹּהֵן, דעם רֵעַ המלך; 6 און אחִישר, איבערן הבּית; און אדוֹנירָם בּן עַבדאָן, איבערן מַס. 7 און שלֹמֹה האָט געהאַט 12 נצבים איבּער כּל ישראל, און זיי פלעגן כול דעם מלך און זיין בּית; א חודש אין שָנָה פלעגט איטלעכער דארפן כול. 8 און דאָס זייַנען זייערע שֵמוֹת: בּן חורן, אין דעם הר אפרים. 9 בּן דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבים, און בּית-שֶמֶש, און אֵילון בּית-חָנן. 10 בּן חֶסדן, אין ארובות; אונטער אים איז געווען שוֹכוֹ, און דאָס כּל אֶרֶץ חֵפֶר. 11 בּן אבינָדבן, אין דער כּל נָפַת דָור; ער האָט געהאַט טָפת בַּת שלֹמֹהן פאַר אַן אִשָּה. 12 בענא בּן אחילוּדן, אין תַעַנָך, און מגִדו, און כּל בּית-שאָן וואָס אֵצֶל צָרתן אונטער יזרעאל, פון בּית-שאָן בּיז אָבל-מחולה, בּיז אויף יענער זיין יָקמעם. 13 בּן גֶברן, אין רָמות-גִלעָד; אונטער אים זייַנען געווען די חַוָּה פון יָאִיר בּן מנשהן, וואָס אין גִלעָד; אונטער אים איז געווען די חבל ארגוב וואָס אין בָּשָן, 60 ערים גדֹלוֹת מיט חוֹמה און בְּרִיחַ נחֹשֶת. 14 אַחינָדֶב בּן עִדאֹן, אין מַחנַיִם. 15 אַחימַעַץ, אין נפתלי; ער אויך האָט לקח בָשמַת בַּת שלֹמֹהן פאַר אַן אִשָּה. 16 בענא בּן חושַין, אין אָשר, און אין עָלות. 17 יְהוֹשָפָט בּן פָרוּחַן, אין יִששָכָר. 18 שִמְעִי בּן אֵלאָן אין בנימין. 19 גֶבר בּן אורין, אין אֶרֶץ גִלעָד, דעם אֶרֶץ סיחוֹן מלך אמורי, און פון עוג מלך בּשן. און נציב אחד וואָס איבערן אֶרֶץ. 20 יהודה און ישראל זייַנען געווען רבּים אַזוי ווי דער חוֹל וואָס בּייַם ים אין רֹב. זיי האָבּן אכל און שתה און געווען שׂמחים.
THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Kings 3
Top of Page
Top of Page