2 Corinthians 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב12

יב איך מוּז מיך רימען, הַגַם עס איז נוצט נישט; איך וועל אָבּער קוּמען צו חזיונות און אַנטפּלעקוּנגען פוּן הָאָדוֹן. 2 איך קען אַ מענטש אין מָשיחַ: מיט 14 יאָר צוּריק איז אַזאַ איינער - צי אין דעם גוּף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוּף, ווייס איך נישט, אלוקים ווייסט - איז אַזאַ איינער אַרויפגענוּמען געוואָרן בּיז צוּם דריטן הימל. 3 און איך קען אַזאַ מענטש -- צי אין דעם גוּף, צי אויסער דעם גוּף, ווייס איך נישט -- אלוקים ווייסט -- 4 וואָס איז אַרויפגענוּמען געוואָרן אין גַן-עֵדן אַריין, און ער האָט געהערט רייד, וואָס קענען נישט אַרויסגערעדט ווערן, וואָס אַ מענטש טאָר זיי נישט איבּערחַזרן. 5 פוּנוועגן אַזאַ איינעם וויל איך מיך רימען, אָבּער פוּנוועגן מיר אַליין וויל איך מיך נישט רימען, אַחוּץ אין שוואַכקייטן מיינע. 6 מחמת אויבּ איך וואָלט מיך וועלן רימען, וואָלט איך נישט זיין קיין נאַר; ווייל איך וועל רעדן דעם אֶמת; איך פאַרמייד עס אָבּער, כדי עס זאָל מיך קיינער נישט האַלטן פאַר מער ווי ער זעט מיך, אָדער הערט פון מיר. 7 און צוליבּ דער אויסערגעווייענלעכער גרויסקייט פוּן די אַנטפּלעקוּנגען, כדי איך זאָל מיך נישט צופיל דערהייכן, איז מיר געגעבּן געוואָרן אַ דאָרן אין דעם פלייש, אַ שלִיח פוּן הָשָטן, אַז ער זאָל מיך שלאָגן מיט דער פויסט, כּדי איך זאָל מיך נישט צוּפיל דערהויכן. 8 פוּנוועגן דעם האָבּ איך 3 מאָל געבּעטן הָאָדוֹן, אַז ער זאָל זיך אָפּקערן פוּן מיר. 9 און ער האָט צוּ מיר געזאָגט: מיין חֶסֶד איז גענוּג פאַר דיר, וואָרעם גְּבוּרָתִי ווערט שלֵימות אין שוואַכקייט. דערפאר וועל איך מיך מער רימען אין מיינע שוואַכקייטן, כּדי די גבורה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ זאָל רוּען אויף מיר. 10 דערפאַר בּין איך מיך משַמֵחַ אין שוואַכקייטן, אין חרפּות, אין נויטן, אין רדִיפות, אין סַכָּנות פוּן מָשִיחַס-וועגן; ווייל ווען איך בּין שוואך, דעמלט בּין איך אַ גבּור. 11 איך בּין געוואָרן נאַריש; איר האָט מיך דערצוּ גענייטיקט, וואָרעם איך וואָלט בּאַדאַרפט געלויבּט צוּ ווערן פוּן אייך; ווייל אין קיין שוּם זאָך בּין איך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שלִיחים, הַגַם איך בּין גאָרנישט. 12 כֵּן, די צייכנס פוּן אַ שלִיח זענען געטאָן געוואָרן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, מיט צייכנס און וואוּנדער און גבוּרות. 13 וואָרעם מיט וואָס זענט איר הינטערשטעליק אין פאַרגלייַך מיט די איבּעריקע בְּרִית חֲדָשָה קהִילות, אַחוּץ וואָס איך בּין אייך נישט געוואָרן קיין לאַסט? זייט מיר מוֹחל די דאָזיקע עַוולה! 14 הִנֵּה, דאָס איז דאָס דריטע מאָל, וואָס איך בּין גרייט צוּ קוּמען צוּ אייך; און איך וועל נישט זיין קיין לאַסט פאַר אייך, ווייל איך זוּך נישט דאָס אייַעריקע, נאָר אייך. וואָרעם די יְלָדים זענען נישט מחויב איינצוזאמלען אוֹצרות פאַר די הוֹרים, נייערט די הוֹרים פאַר די יְלָדים. 15 און איך אָבּער וויל זייער גערן אויסלייגן וואָס איך האָבּ און אויסגעלייגט ווערן פאַר אייערע נשָמות. אויבּ איך האָבּ אייך ליבּ אַ סך מער, דאַרף איך דערפאַר געליבּט ווערן ווינציקער? 16 נאָר זאָל עס זיין אַזוי, איך בּין פאַר אייך נישט געווען קיין לאַסט; נייערט, ווייל איך בּין כיטרע, האָבּ איך אייך געפאַנגען מיט עָרְמָה [זען בראשית 3:1]. 17 האָבּ איך אייך געטאָן אויסנוּצן דוּרך עמיצן פוּן די, וועמען איך האָבּ געשיקט צוּ אייך? 18 איך האָבּ געבּעטן טיטוּסן, און האָבּ מיטגעשיקט מיט אים דעם אָח במשיח [זען קורב 18-16, 8:6]. צי האָט טיטוּס אייך אויסגענוּצט? צי זענען מיר נישט געהאנדלט אין דעם זעלבּן רוח הקודש? צי זענען מיר נישט געגאַנגען אין די זעלבּע טריט? 19 איר מיינט די גאַנצע צייט, אַז מיר פאַרענטפערן זיך מיט אַ הצטדקות פאַר אייך? מיר רעדן פאַר ה' אין מָשיחַ. אַלץ אָבּער, בּאליבּטע, איז פאַר אייער אויפבּויאוּנג. 20 וואָרעם איך האָבּ מורא, טאָמער וועל איך חס ושלום, ווען איך וועל קוּמען, אייך געפינען נישט אַזעלכע ווי איך וואָלט וועלן [קורב 4-2:1], און איר וועט מיך געפינען נישט אַזוינעם ווי איר וואָלט וועלן; טאָמער חס ושלום וועט דאָרט זיין קריג, קִנאה, רוֹגז, מַחלוֹקות, לָשון-הַרע, רכילות, גַאווה, אומרוען. 21 טאָמער, ווען איך וועל קוּמען, וועט מיך ה' ווידער אַמאָל דערנידעריקן פאַר אייך און איך וועל דאַרפן טרויערן אויף אַ סך פוּן די, וואָס האָבּן געזינדיקט שוֹין פוּן פריער [קורב 13:2], און האָבּן נישט תּשוּבה געטאָן אויף דער אוּמרייֵניקייט און זנוּת און תַּאווה, וואָס זיי זענען בּאַגאַנגען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 11
Top of Page
Top of Page