2 Corinthians 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב11

יא הַלוואַי וואָלט איר מיך געקענט פאַרטראָגן אין אַבּיסל טפשות. יאָ איר פאַרטראָגט מיך אויך! 2 וואָרעם איך אייפער פאר אייך, אַ קִנְאַת ה'; ווייל איך [ווי אַ שַדְּכָן] האַבּ אייך פאַרקנַסט צוּ איין מאַן, ווי אַ לויטערע בּתוּלה פאַרצושטעלן פאַר מָשיחַ. 3 איך האַבּ אָבּער מורא, טאָמער, ווי די נָחָש האָט מיט איר כיטרעקייט פאַרפירט חַוָהן, וועלן אייערע מַחשָבות פאַרדאָרבּן ווערן פוּן דער תּמִימות און הַטֹּהַר דביקות, אין מסירת-נפש שייַכות צוּם מָשיחַ. 4 וואָרעם אויבּ דער, וועלכער קומט, דרשענט אַן אַנדערן יהושע/ישוע, וועמען מיר האָבּן נישט געדרשנט, אָדער אויבּ איר וועט מקַבּל זיין אַן אַנדערן רוח הקודש, וואָס איר האָט נישט מקַבּל געווען, אָדער אַן אַנדערע בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס איר האָט נישט אָנגענוּמען, פאַרטראָגט איר אים וואויל. 5 וואָרעם איך מיין, אַז איך בּין גאָרנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שלִיחים. 6 און הַגַם איך בּין פּראָסט אין רעדן, בּין איך עס אָבּער נישט אין דַּעַת; לֹא, אויף יעדן אוֹפן האָבּן מיר דאָס אַנטפּלעקט אין אַלעם צו אייך. 7 אָדער האָבּ איך בּאַגאַנגען אַ זינד אין דערנידעריקן זיך אַליין, כּדי איר זאָלט דערהויבּן ווערן, ווייל איך האָבּ פאַר אייך דרשנען די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה' בּחינם? 8 איך האָבּ גערויבּט אַנדערע בְּרִית חֲדָשָה קהִילות, ווען איך האָבּ גענוּמען בּיי זיי שׂכִירות, כּדי איך זאָל אייך דינען. 9 און בּשעת איך בּין געווען בּיי אייך, און האָבּ געליטן נויט, בּין איך קיינעם נישט געווען קיין לאַסט; וואָרעם די אחים במשיח, ווען זיי זענען געקוּמען פוּן מָקֵדוֹנְיָה [זען מהש 18:5], האָבּן פול אָנגעפילט מיין נויט; און איך האָבּ מיך אין אַלצדינג צוּריקגעהאַלטן צוּ ווערן אַ לאַסט פאַר אייך, און וועל מיך נאָך היטן. 10 ווי דער אֶמת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ איז אין מיר, וועט מיר קיינער נישט פאַרווערן דאָס דאָזיקע רימען זיך אין די געגנטן פוּן אָכָיָה. 11 פאַרוואָס? מחמת איך האָבּ אייך נישט ליבּ? ה' ווייסט! 12 אָבּער וואָס איך טוּ, דאָס וועל איך אויך טאָן, כּדי איך זאָל אָפּשנייַדן די געלעגנהייט פאַר די, וואָס זוּכן אַ געלעגנהייט; כּדי אין דעם, אין וואָס זיי רימען זיך, זאָלן זיי געפוּנען ווערן אַזוֹיווי מיר. 13 וואָרעם אַזעלכע מענטשן זענען שְלִיחֵי שֶקֶר, פאַרפירערישע פּוֹעֲלִים, וואָס פאַרשטעלן זיך פאַר שליִחים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 14 און נישט קיין וואוּנדער, ווייל אַפילו הָשָטן אַליין טוּט זיך פאַרשטעלן פאַר אַ מַלאך פוּן אוֹר. 15 עס איז דעריבּער נישט קיין גרויסע זאָך, אויבּ זיינע משרתים פאַרשטעלן זיך אויך פאַר משרתים פוּן צדקות. אָבּער זייער סוֹף וועט זיין לויט זייערע מַעשׂים. 16 איך זאָג נאָכאַמאָל : זאָל מיך קיינער נישט האַלטן פאַר אַ יאָלד; נאָר אויבּ דאָך, טאָ זאָלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי אַ נאַר, כּדי איך זאָל מיך אויך רימען אַבּיסל. 17 דאָס, וואָס איך רעד, רעד איך נישט לויט הָאָדוֹן, נייערט ווי אין נאַרישקייט, אין דער דאָזיקער כוונה פוּן רימען זיך; 18 ווייל אַזוי ווי אַ סך רימען זיך לויט דעם פלייש, וועל איך מיך אויך רימען. 19 מחמת איר פאַרטראָגט גערן די נאַראָנים, זייענדיק אַליין חכמים. 20 וואָרעם איר פאַרטראָגט עס, אויבּ איינער פאַרשקלאַפט אייך, אויבּ ער פאַרצערט אייך, אויבּ ער נעמט אייך געפאַנגען, אויבּ אַ גאנצע מאכער דערהייבּט זיך אַליין, אויבּ ער שלאָגט אייך אין פָּנים. 21 איך רעד דאָס פוּן בּוּשה, גלייך ווי מיר וואָלטן געווען שוואַך. נאָר מיט וועלכן עמיצער איז פון גַּאֲוָה - איך רעד אין נאַרישקייט – בּין איך אויך פון גַּאֲוָה. 22 זענען זיי עִברים? איך בּין אויך .זענען זיי בְּנֵי-יִשׂרָאֵל? איך בּין אויך .זענען זיי דער זֶרַע פוּן אַברָהם? איך בּין אויך. 13 זענען זיי משרתים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ? איך נאָך מער -- איך רעד ווי אַ משוגענער -- אין מיִאוּנגען אַ סך מער, אין תּפִיסות אַ סך מער, אין מַלקות איבּער דער מאָס, אין סכנות-נפשות. 24 פוּן די ייִדן האָבּ איך 5 מאָל בּאַקוּמען 40 מַלקות אָן איינעם. 25 3 מאָל בּין איך געשלאָגן געוואָרן מיט ריטער, איינמאָל בּין איך פאַרשטיינט געווארָן, 3 מאָל האָבּ איך געליטן שיפבּראָך, אַ לַיְלָה און אַ יוֹם בּין איך געווען אין דער טיפעניש; 26 אין נסִיעות רבים, אין סַכָּנות פוּן וואַסער, אין סַכָּנות פוּן רויבּער, אין סַכָּנות פוּן מיינע לאַנדסלייַט, אין סַכָּנות פוּן די אוּמוֹת, אין סַכָּנות אין דער שטאָט, אין סַכָּנות אין דער מִדבּר, אין סַכָּנות אויף דעם יַם, אין סַכָּנות צווישן אֲחֵי שֶקֶר; 27 אין פּראַצע און האָרעוואַניע, אין שלאָפלאָזע נעכט, אין הוּנגער און דאָרשט, אָפטמאָל אין תַּענֵיתים, אין קעלט און נאַקעטקייט. 28 און אַחוּץ יענע זאַכן, וואָס זענען אויסערלעך, איז פאַראַן דאָס, וואָס דריקט אויף מיר טעגלעך, די זאָרג פאַר כל בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. 29 ווער איז שלאַף, און איך בּין נישט שלאַף [זען קורא 9:22]? ווער ווערט געשטרויכלט, און איך בּרען נישט? 30 אויבּ איך מוּז מיך דַווקא רימען, וועל איך מיך רימען פוּנוועגן דעם, וואָס האָט אַ שייַכות צוּ מיין שוואַכקייט. 31 ה' דער אלוקים הָאָב פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע, וואָס איז געלויבּט אויף אייבּיק, ווייסט, אַז איך זאָג נישט קיין שקר. 32 אין דמֶשֶק האָט דער פּראָקאָנסוּל אוּנטער דעם מֵלך אַרעטאַס בּאַוואַכט די שטאָט פוּן דַמֶשֶק, כּדי מיך צוּ כאַפּן; 33 און דוּרך אַ פענצטער בּין איך אַראָפּגעלאָזט געוואָרן אין אַ קאָרבּ פוּן דער חוֹמָה, און איך בּין אַנטרוּנען פוּן זיינע הענט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 10
Top of Page
Top of Page