John 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן3

ג און עס איז געווען אַ בן אדם פוּן די פּרוּשים, שמוֹ נַקדִימוֹן [זען יוהנן 19:39], אַ [סנהדרין] קָצין פוּן די ייִדן. 2 דער דאָזיקער איז צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען בַּלַּיְלָה, און האָט צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, מיר ווייסן, כי ה' אלוקים שלח אותך ללמד אותנו: מחמת קיינער קען נישט טאָן די דאָזיקע נִסים, וואָס דוּ טוּסט, אחוץ ה' איז מיט אים. 3 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג דיר, אחוץ איינער ווערט געבּוירן ווידער [געבּוירן פון אויבּן, זען גלט' 4:26, זען בראשית 3:15; יוחנן 8:44; ישעיהו 53:10; צו זיין געבוירן פּעם אחת: זֶרַע הַשָטָן, יוחנן 8:44; צו זיין געבוירן צוויי: זֶרַע משיח, ישעיהו 53:10], קען ער נישט זען דאָס מַלכות ה'. 4 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ נַקדִמוֹן: וויאַזוי קען אַ בן אדם געבּוירן ווערן, ווען ער איז אַ זָקן? צי קען ער דען א צווייט מאָל אריינגיין אין רֶחֶם אִמּוֹ, און געבּוירן ווערן? 5 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: אָמֵן, אָמֵן, זאָג איך דיר, אויבּ איינער ווערט נישט געבּוירן פוּן מַיִם [זען יחזקאל 26-36:25; טיט' 3:5; יוחנן 4:14] און דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, קען ער נישט אַרייַנגיין אין דעם מַלכות ה' [זען קורא 6:11]. 6 דאָס, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם פלייש, איז פלייש; און דאָס, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, איז רוּחַ [פון הִתחַדְּשוּת]. 7 חִידוש דיך נישט, ווייל איך האָבּ דיר געזאָגט: איר מוּזט געבּוירן ווערן ווידער. 8 דער רוּחַ בּלאָזט וואוּ ער וויל, און דוּ הערסט זיין קוֹל, נאַר דוּ ווייסט נישט פוּנוואַנען ער קוּמט, און וואוּהין ער גייט; פּונקט אַזוי איז יעדער איינער, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 9 האָט נַקדִימוֹן צוּ אים געזאָגט: וויאַזוי קען דאָס געשען? 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט אַ רבּי בּיִשׂרָאל, און דאָס פאַרשטייסטוּ נישט? 11 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג דיר: וואָס מיר ווייסן, דאָס רעדן מיר, און וואָס מיר האָבּן געזען, דערפון זאָגן מיר עֵדות; און איר נעמט נישט אָן אוּנדזער עֵדות. 12 אויבּ איך האָבּ צוּ אייך גערעדט פוּנוועגן ערדישע זאַכן, און איר גלויבּט נישט, וויאַזוי וועט איר גלויבּן, ווען איך וועל צוּ אייך רעדן פוּנוועגן הימלישע זאַכן? 13 און קיינער איז נישט אַרויפגעגאַנגען אין שָמַיִם אַריין, אחוץ דער, וואָס האָט אַראָפּגעקומען פוּן שָמַיִם, דער בַּר-אֱנָשׁ, וואָס איז אין שָמַיִם [זען דניאל 7:13, משיח]. 14 און אַזוי ווי מֹשה האָט אויפגעהויבּן די נחש [זען בראשית 3:1] אין דער מִדבּר [בּמדבּר 9-21:8], טאקע אַזוי מוּז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] אויפגעהויבּן ווערן, 15 כּדי יעדער בן אדם, וואָס גלויבּט אין אים, זאָל האָבּן חַיֵּי עוֹלם. 16 ווייל ה' האָט אַזוי ליבּ געהאַט די וועלט, אַז ער האָט געגעבּן זיין בֶּן-יָחיד, כּדי יעדער איינער, וואָס גלויבּט אין אים, זאָל דאך נישט פאַרפוילט [אבד] ווערן, נייערט האָבּן חַיֵּי עוֹלם. 17 ווייל ה' האָט נישט געשיקט דער זוּן פוּן דער אויבערשטער אין דער וועלט אַריין כדי צוּ מִשפּטן די וועלט, נייערט כדי די וועלט זאָל קומען צו ישועת אלוקינו דוּרך אים. 18 דער, וואָס גלויבּט אין אים, ווערט נישט געמִשפּט; דער, וואָס גלויבּט נישט, איז שוין געמִשפּט עוואָרן, ווייל ער האָט נישט געגלויבּט אין דעם נאָמען פוּן דעם בֶּן-יָחיד פוּן ה' [זען זכריה 12-6:11, שמו צמח משיח איז יהושע/ישוע]. 19 און דאָס איז דער מִשפּט, וואָס דאָס אוֹר איז געקוּמען אין דער וועלט אַריין, און בְּנֵי אָדָם האָבּן ליבּ געהאַט די חֹשֶךְ ליבּערשט ווי דאָס אוֹר; ווייל זייערע מַעשׂים זענען געווען רָעִים. 20 מחמת יעדער בן אדם, וואָס טוּט עַוְלָה, האָט פיינט דאָס אוֹר, און קוּמט נישט צוּ דעם אוֹר, כּדי זיינע מַעשׂים זאָלן נישט אויסגעפוּנען [אויפגעדעקט] ווערן. 21 נייערט דער, וואָס טוּט דעם אֶמת, קוּמט צוּ דעם אוֹר, כּדי זיינע מַעשׂים זאָלן אַנטפּליקט ווערן, אַז זיי ווערן געטאָן אין ה'. 22 נאָך דעם איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען מיט משיחס תּלמידים אין אֶרֶץ יהוּדה; און ער איז דאָרט פאַרבּלייבּן מיט זיי, און האָט מקוה מַיִם געטובלט. 23 און אויך יוֹחָנָן האָט מקוה מַיִם געטובלט געווען אין עֵינוֹן, נאָענט בּיי שָלֵם, ווייל עס איז דאָרטן געווען מַיִם רבים; און זיי [ייִדן] פלעגט קוּמען און זיך פאָרלייגן צו מקוה מַיִם טובלען [תשובה]. 24 מחמת יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה מַיִם טבילה פוּן תשובה] איז נאָך נישט געווען אַרייַנגעוואָרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר. 25 און עס האָט זיך אויפגעהויבּן אַ מַחלוֹקה צווישן די תּלמידים פוּן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה מַיִם טבילה פוּן תשובה] און אַ ייִד וועגן טָהֳרָה. 26 און זיי זענען געקוּמען צוּ יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], און האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, ער, וואָס איז געווען מיט דיר אין עֵבר-הַיַרדן, וועגן וועמען דוּ האָסט עֵדות געזאָגט, הִנֵּה, דער דאָזיקער מקוה טובלט, און כל קוּמען צוּ אים. 27 האָט יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה] געענטפערט, און געזאָגט: קיין מענטש קען זיך גאָרנישט נעמען, אחוץ עס איז אים געגעבּן געוואָרן פוּן שָמַיִם. 28 איר אַליין זענט מיינע עֵדות, אַז איך האָבּ געזאָגט: איך בּין נישט דער רֶבּי מלך המָשיחַ, נייערט אַז איך בּין געשיקט געוואָרן פאָרויס פאַר אים. 29 דער, וואָס האָט די כַּלה, איז דער חָתן; און דער שושבּין, וואָס שטייט און הערט זיך צוּ אים, טוּט מיט שמחה זיך פרייען איבּער דעם חָתָנס קוֹל; די דאָזיקע שִׂמְחָה מיינע איז איצט שלֵמָה. 30 ער מוּז וואָקסן, איך אָבּער--פאַרמינערט ווערן. 31 דער, וואָס קוּמט פוּן אויבּן, איז איבּער אַלעמען; דער, וואָס איז פוּן הָאָרץ, איז פוּן דער ערד, און פוּן דער ערד טוּט ער רעדן; 31 דער, וואָס קוּמט פוּן שָמַיִם, איז איבּער אַלעמען [זען ישעיהו 7:14]. 32 וואָס ער האָט געזען און געהערט, דערפון זאָגט ער עֵדות; און קיינער נעמט נישט אָן זיין עֵדות; 33 דער, וואָס איז מקבל משיחס עֵדות-זאָגן, דער האָט צוגעחתמעט, אַז ה' איז אֶמת. 34 מחמת ער, וועמען ה' האָט געשיקט, טוּט רעדן די דָּבָרים פון ה'; ווייל ער גיט נישט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש מיט אַ מאָס. 35 דער אלוקים הָאָב האָט ליבּ דעם זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער], און האָט אַלצדינג געגעבּן אין זיין האַנט אַריין. 36 דער, וואָס גלויבּט אין דעם זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער], האָט חַיֵּי עוֹלם ; ווער אָבּער עס געהאָרכט נישט דעם זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער], דער וועט נישט זען חַיים, נאָר דער חֲרוֹן ה' בּלייבּט אויף אים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 2
Top of Page
Top of Page