John 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן1

א אין אָנהייבּ איז געווען דאָס מאמר מֵימרָא [דה', זען ישעיהו 55:11; בראשית 1:3; תהלים 33:6], און דאָס מאמר מימרא [דָּבָר] איז געווען בּיי [אֵצֶל, זען משלי 8:30; 30:4; ישעיהו 7:14; 6-9:5; תהלים 12-2:6] ה' [ירושלים תרגום בראשית 1:3], און דאָס מאמר מימרא [דָּבָר] איז געווען אלֹקים [משלי 8:30; 30:4]. 2 דאָס דאָזיקע איז געווען אין אָנהייבּ בּיי [אֵצֶל] ה'. 3 אַלצדינג איז דוּרך אים בּאשאפן געוואָרן, און א חוץ דורך אים איז בּאשאפן געוואָרן קיין זאך, וואָס איז בּאשאפן געוואָרן. 4 אין אים איז געווען חַיים, און דאָס חַיים איז געווען דאָס אוֹר פוּן די בְּנֵי אָדָם [ישעיהו 9:1; 3-60:1]. 5 און דאָס אוֹר שיינט אין דער חֹשֶךְ; און די חֹשֶךְ האָט עס נישט גוֹבר געווען. 6 עס איז געווען אַ בן אדם געשיקט פוּן ה', וואָס האָט געהייסן יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה]. 7 דער דאָזיקער איז געקוּמען פאַר אַן עֵדות, כדי ער זאָל עֵדות-זאָגן פוּנוועגן דעם אוֹר, אז כל זאָלן דוּרך אים גלויבּן. 8 ער איז נישט געווען דאָס אוֹר, נייערט איז געקוּמען, אַז ער זאָל עֵדות-זאָגן פוּנוועגן דעם אוֹר. 9 דאָס אֶמֶתע אוֹר, וואָס בּאַלייַכט כָל אָדָם, איז געקוּמען אין דער עולם הזה אַריין. 10 ער איז געווען אין דער עולם הזה, און די עולם איז דוּרך אים בּאשאפן געוואָרן, אָבּער די עולם הזה האָט אים נישט געקענט. 11 צו זיין אייגנטום איז ער געקוּמען, און די זייניקע [זיינע אייגענע] האָבּן אים נישט אויפגענוּמען [זען ישעיהו 6-53:3]. 12 אָבּער וויפל סע האָבּן אים יאָ אויפגענוּמען, זיי האָט ער געגעבּן רעכט [תֹּקֶף, גילטיקייט, זען רומ' 8:15] צוּ ווערן [ווידער געבּוירן אָדער געבּוירן פון הימל אויבּן] יְלָדים פוּן אלוקים, טאַקע די, וואָס האָבּן געגלויבּט איז זיין נאָמען [זען זכריה 12-6:11, צמח משיח שמו יהושע/ישוע]; 13 וואָס זענען געבּוירן געוואָרן נישט פוּן דָּם, אויך נישט פוּן דעם ווילן פוּן בשר [פלייש], אויך נישט פוּן דעם ווילן פוּן אַ מאַן, נייערט פוּן ה'. 14 און דאָס מאמר מימרא [דָּבָר, זון פון דער אויבערשטער, משלי 30:4] געמאכט זיין סוכה [זען קול' 1:19; בראשית (30)31-(24)32:25, איז געוואָרן בּשר ודם] צווישן אונדז [זען ישעיהו 7:14], און האָט געוואוינט צווישן אוּנדז, און מיר האָבּן געזען זיין כָּבוד, שכינה כָּבוד פוּן בֶּן-יָחיד פון [אלוקים] הָאָב [עַתִּיק יוֹמִין, דניאל 14-7:13, הָאָב לְמָּשִיחַ בַּר אֱנָשׁ], פוּל מיט חֶסֶד און אֶמת. 15 יוֹחָנָן האָט פוּנוועגן אים עֵדות-געזאָגט, און אויסגערוּפן: דאָס איז געווען דער, פוּן וועמען איך האָבּ געזאָגט: דער, וואָס קוּמט נאָך מיר, איז געווען פאַר [פריער פון] מיר; ווייל ער איז געווען פאָרויס פאר מיר. 16 און פוּן זיין פוּלקייט האָבּן מיר כל מקַבּל געווען, חֶסֶד על חֶסֶד. 17 ווייל די תּוֹרה איז געגעבּן געוואָרן דוּרך מֹשה [רבינו]; דער חֶסֶד און דער אֶמת זענען געקוּמען דוּרך דער [ רֶבּי] מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 18 קיינער האָט קיינמאָל נישט געזען ה' ; דער בֶּן-יָחיד [ער זיך איז אלוקים, זען פלח, דניאל 3:12 און פארגלייכן פלח דניאל 14-7:13], וואָס איז אין דעם חֵיק פוּן דעם אלוקים הָאָב, ער האָט אים בּאַקאַנט געמאַכט. 19 און דאָס איז דאָס עֵדות-זאגן פוּן יוחנָן, ווען די ייִדן האָבּן צוּ אים געשיקט כֹּהַנים און לוִייִם פוּן ירוּשָלַיִם, כדי אים צוּ פרעגן: ווער בּיסטוּ? 20 און ער האָט מוֹדה געווען, און האָט נישט פאַרלייקנט, און האָט מוֹדה געווען: איך בּין נישט דער רֶבּי מֵלך המָשיחַ . 21 און זיי האָבּן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? בּיסטוּ אלִיָהוּ הַנָביא? און האָט ער געזאָגט: איך בּין עס נישט. בּיסטוּ דער נָבִיא [דברים 18:15]? און ער האָט געענטפערט: לֹא. 22 האָבּן זיי דעריבּער צוּ אים געזאָגט: ווער זשע בּיסטוּ? כּדי מיר זאָלן געבּן אַן ענטפער צוּ די, וואָס האָבּן אוּנדז געשיקט. וואָס זאָגסטוּ וועגן דיר אַליין? 23 האָט ער געזאָגט: אֲנִי קוֹל קוֹרֵא בַמִדְבָר: פַּנּוּ דֶּרֶךְ ה' [ישעיהו 40:3], אַזוי ווי ישעיהו הַנָביא האָט געזאָגט. 24 און די שלִיחים זענען געווען פוּן די פּרוּשים, 25 און זיי האָבּן אים געפרעגט: טאָ פאַרוואָס מקוה טובלסטוּ [זען מלב 5:10; ישעיהו 53:5], אויבּ דוּ בּיסט נישט דער [רֶבּי] מֵלך המָשיחַ, און נישט אלִיָהוּ הַנָביא, און נישט דער נָביא [דברים 18:15]? 26 האָט יוֹחָנָן זיי געענטפערט: איך בּין מקוה טובל מיט מקוה מַיִם; אָבּער אין דער מיט פוּן אייך שטייט איינער, וועמען איר קענט נישט [זען ישעיהו 53:1], 27 טאַקע דער, וואָס קוּמט נאָך מיר, און וועמעס שרוך פוּן זיין סנדלן איך בּין נישט רָאוּי אויפצוּבּינדן. 28 דאָס דאָזיקע איז געשען אין בֵּית-אַניָה, אין עֵבר-הַיַרדן, וואוּ יוֹחָנָן האָט מקוה מים געטוֹבלט. 29 מִמָחֳרָת האָט יוֹחָנָן געזען רבי מֵלך המָשיחַ קוּמען צוּ אים, און ער האָט געזאָגט: הִנֵּה, דאָס שֵׂה האלוקים [ישעיהו 53:7], וואָס נוֹשֵא [זען ישעיהו 53:12; ויקרא 16:22, ווי שעיר לעזאזל כַּפָּרָה] די עבירה פוּן דער עולם הזה! 30 דאָס איז דער, פוּן וועמען איך האָבּ געזאָגט: נאָך מיר קוּמט אן איש [זען איש, זכריה 6:12], וואָס איז געווען איידער מיר, ווייל ער קֹדֶם לִי הָיָה [זען דניאל 14-7:13]. 31 און איך האָבּ אים נישט געקענט; נאָר כּדי ער זאָל נִתגַלה [אנטפּלעקט] ווערן צוּ יִשׂרָאל, דערפאַר בּין איך געקוּמען מקוה טובלען מיט מַיִם. 32 און יוֹחָנָן האָט עֵדות-געזאָגט: איך האָבּ געזען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש אַראָפּנידערן פון הימל ווי אַ טויבּ פוּן שָמַיִם, און ער האָט בּלייבּן אויף אים. 33 און איך האָבּ אים נישט געקענט; נאָר דער, וואָס האָט מיך געשיקט צוּ מקוה טוֹבלען מיט מקוה מַיִם, האָט צוּ מיר געזאָגט: אויף וועמען דוּ וועסט זען אַראָפּנידערן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און בּלייבּן אויף אים, דער דאָזיקער איז עס, וועלכער טוּט מקוה טוֹבלען מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [לוקס 24:49; מהש 1:8]. 34 און איך האָבּ געזען, און האָבּ עֵדות געזאָגט, אַז דער דאָזיקער איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער. 35 לְמָחֳרָת איז יוֹחָנָן ווידער געשטאַנען מיט 2 פוּן זיינע תַּלמידים; 36 און אַז ער האָט געזען יהושע/ישוע פאַרבּייַגיין, האָט ער געזאָגט: הִנֵּה, דאָס שֵׂה האלוקים [ישעיהו 53:7]! 37 און די 2 תַּלמידים זיינע האָבּן אים געהערט רעדן, און האָבּן נאָכגעפאָלגט יהושע/ישוע. 38 און יהושע/ישוע האָט זיך אויסגעדרייט, און האָט זיי געזען נאָכפאָלגען, און צוּ זיי געזאָגט: מַה תְּבַקֵּשוּן? האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: רֶבּי - וואָס מיינט צוּ זאָגן, מוֹרֶה שלִּי- וואוּ וואוינסטוּ? 39 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי : קוּמט, און איר וועט זען. זענען זיי דעריבּער געקומען און האָבּן געזען, וואוּ ער האָט געוואוינט; און זיי זענען פארבּליבּן מיט אים יענעס יוֹם. עס איז געווען אַרוּם דער 10טער שָעה. 40 איינער פוּן די 2, וואָס האָט געהערט יוֹחָנָן רעדן, און איז אים נאָכגעפאָלגט, איז געווען אַנדריי אָח שִמעוֹן כֵּיפָא. 41 ער האָט צוּערשט געפינען זיין אייגענעם אָח שִמעוֹן, און האָט צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן געפוּנען דעם רבי מֵלך המָשיחַ, וואָס איז טייַטש: געזאַלבּטער. 42 און ער האָט אים געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ. און יהושע/ישוע האָט אים אָנגעקוּקט, און געזאָגט: דוּ בּיסט שִמעוֹן בֶּן-יוֹנה; דוּ זאָלסט גערוּפן ווערן כֵּיפָא, וואָס איז טייַטש: פעלדזן [פּטרוֹס]. 43 לְמָחֳרָת האָט יהושע/ישוע געוואָלט ארויסגיין קיין גָלִיל, און ער האָט געפינט פיליפּוּסן, און צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. 44 און פיליפּוּס איז געווען פוּן בֵּית-צַידָא, פוּן דער שטעטל פוּן אַנדרייַ און כֵּיפָא. 45 און פיליפּוּס געפינט נתַנאֵלן, און זאָגט צוּ אים: מיר האָבּן געפוּנען דעם, פוּן וועמען מֹשה [רבּינו] האָט געשריבּן אין דער תּוֹרה, און די נבִיאים, יהושע/ישוע בֶּן-יוֹסף [בֶּן דוד], פוּן נָצְרַת. 46 און נתַנאֵל האָט צוּ אים געזאָגט: צי קען עפּעס גוּטס אַרויסקוּמען פוּן נָצְרַת? זאָגט צוּ אים פיליפּוּס: קוּם און זע. 47 און אַז יהושע/ישוע האָט געזען נתַנאֵלן קוּמען צוּ אים, האָט ער וועגן אים געזאָגט: אָט איז אַן אֶמֶתער בֶּן-ישׂרָאל, אין וועמען ס'איז נישטאָ פאראן קיין מִרמָה [ישעיהו 53:9]. 48 זאָגט צוּ אים נתַנאֵל : פוּנוואַנען קענסטוּ מיך? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: איידער נאָך פיליפּוּס האָט דיך גערוּפן, ווען דוּ בּיסט נאָך געווען אוּנטער דעם פייַגנבּוים, האָבּ איך דיך געזען. 49 האָט נתַנאֵל אים געענטפערט: רֶבּי, דוּ בּיסט דער זוּן פון דער אויבּערשטער! דוּ בּיסט דער מֵלך יִשׂרָאל! 50 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: דוּ גלויבּסט, ווייל איך האָבּ דיר געזאָגט, איך האָבּ דיך געזען אוּנטער דעם פייַגנבּוים? גְדוֹלוֹת מֵאֵלֶּה תִרְאֶה ! 51 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, איר וועט זען דעם שָמַיִם אָפן, און די מַלאָכים פוּן ה' אַרויפגיין און אַראָפּקומען אויף דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח, סנהדרין 98].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 24
Top of Page
Top of Page