Orthodox Hasidic Yiddish Bible תֶּסָּלב3 ג צוּם סוֹף, אַחִים במשיח, זייט דאוון פאַר אוּנדז, אַז דאָס דָּבָר פוּן הָאָדוֹן זאָל לויפן און פאַרהערלעכט ווערן, אַזוֹיווי עס איז אויך בּיי אייך, 2 און אַז מיר זאלן נִיצול ווערן פוּן פאַרדאָרבּענע און בּייזע בני אדם; וואָרעם נישט אַלע האָבּן [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 3 אָבּער הָאָדוֹן איז געטריי, וועלכער וועט אייך שטאַרקן און בּאַהיטן פוּן בּייזן. 4 און מיר זענען בּטוּחַ אין הָאָדוֹן בּנוֹגֵע אייך, אַז וואָס מיר געבּיטן אייך, דאָס טוט איר און וועט עס טאָן. 5 און הָאָדוֹן זאָל פירן אייערע לְבָבוֹת צוּ דער אַהֲבָה פוּן ה', און צוּ דער סַבלָנות פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 6 און מיר בּאַפעלן אייך, אַחִים במשיח, אין דעם נאָמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אַז איר זאָלט זיך אָפּשיידן פוּן יעדן אָח במשיח, וואָס פירט זיך אוּמאָרנטלעך לעבּן, און נישט לויט דער מסרות הזקני עדת בני ישראל פון דרך ה', וועלכע איר האָט מקַבּל געווען פוּן אוּנדז. 7 וואָרעם איר אַליין ווייסט, וויאַזוי איר דאַרפט אוּנדז נאַכטאָן; ווייל מיר האָבּן זיך נישט אויפגעפירט אוּמאָרנטלעך צווישן אייך; 8 מיר האָבּן בּיי קיינעם נישט געגעסן קיין לֶחֶם אומזיסט, נייערט מיט מיִ און מאַטערניש, אַרבּעטנדיק בּיינאַכט און בּייטאָג, כּדי מיר זאָלן נישט פאַלן קיינעם פוּן אייך צו לאַסט. 9 נישט ווייל מיר האָבּן נישט קיין רעכט, נייערט כדי מיר אליין זאָלן זיך אייך געבּן פאַר אַ בּייַשפּיל, כּדי איר זאָלט אוּנדז נאָכטאָן. 10 וואָרעם אַפילו ווען מיר זענען געווען בּיי אייך, האָבּן מיר אייך דאָס דאָזיקע בּאַפוילן: אַז אויבּ עמיצער וויל נישט אַרבּעטן, זאָל ער אויך נישט עסן [זען בראשית 3:19]. 11 וואָרעם מיר הערן, אַז עטלעכע צווישן אייך פירן זיך אויף אוּמאָרנטלעך, און טוּען בִּכלַל נישט אַרבּעטן, נאָר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. 12 און אַזעלכע בּאַפעלן מיר און וואָרענען אין הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אַז זיי זאָלן אַרבּעטן בִּמנוּחה, און עסן זייער אייגן לֶחֶם. 13 איר אָבּער, אַחִים במשיח, ווערט נישט מיד צוּ טאָן מעשים טובים. 14 און אויבּ עמיצער איז נישט געהאַרכזאם צו אוּנדזער דָּבָר דוּרך דעם דאָזיקן אגרת [הקודש], מאַרקירט יענעם בן אדם, און חַברט זיך נישט מיט אים, כּדי ער זאָל פאַרשעמט ווערן. 15 דאָך זאָלט איר אים נישט בּאַטראַכטן ווי קיין שׂוֹנא, נייערט שטראָפט אים ווי אַן אָח במשיח. 16 און הָאָדוֹן פוּן שָלום אַליין זאָל אייך תָּמיד געבּן שָלום און בכל אופן. הָאָדוֹן זאָל זיין מיט אייך. 17 דרישת שלום פוּן מיר, רַב שָאוּל, מיט מיין אייגענער האַנט, וואָס איז אַ סימן אין יעדן אגרת [הקודש]; אַזוי שרייבּ איך. 18 דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייך אַלע. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |