2 Peter 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא ב2

ב עס זענען אָבּער אויך אויפגעשטאַנען נבִיאֵי שֶקֶר צווישן הָעָם ישראל, ווי סע וועלן אויך זיין צווישן אייך מוֹרֵי שֶקֶר, וועלכע וועלן בּשתיקה אַרייַנפירן פאַרדאַרבּלעכע כתות [כופרים בעיקרים פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה], און וועלן אַפילו פאַרלייקענען רבונו של עולם, וואָס האָט זיי אָפּגעקויפט, און וועלן בּרענגען אויף זיך אַ גיכע חוּרְבָּן. 2 און אַ סַך וועלן נאָכגיין נאָך זייערע תועבות, און צוּליבּ זיי וועט דער ארטאדאקסיש יידיש דֶּרֶךְ הָאֱמֶת געלעסטערט ווערן. 3 און אין גיִריקייט וועלן זיי מיט בּאַטריגערישע רייד מאַכן מִסחָר מיט אייך; דאָס משפּט אויף זיי פון לאַנג אָן זוימט זיך נישט און זייער חוּרְבָּן דרימלט נישט. 4 וואָרעם אויבּ ה' האָט נישט געשוינט די מַלאָכים החוטים, נאָר האָט זיי אַרייַנגעוואָרפן אין גיהנום, און אפּגעהיטן אין מערות אפלות פאַר דעם יום הדין; 5 און ה' האָט נישט געשוינט די עוֹלם הַזֶּה פון אַלט, נאָר האָט מַציל געווען נֹחַן מיט 7 אַנדערע, נוחן אַ מַגִּיד הַצֶּדֶק, ווען ה' האָט געבּראַכט אַ מַבּול אויף דער עוֹלם הַזֶּה פוּן די רשָעים [זען כיפא א 3:20]; 6 און אויבּ ה' האָט איבּערגעקערט די שטעט פוּן סדוֹם און עַמוֹרָה אין אַש, האָט ער זיי פאַרמִשפּט חָרוב צוּ ווערן, און האָט זיי געמאַכט פאַר אַ בּיישפּיל פאַר יענע, וואָס וועלן לעבּן רִשעוּתדיק; 7 און אויבּ ה' האָט מַציל געווען דעם צַדיק לוֹט, וואָס איז געווען שווער געפּלאָגט דוּרך דעם פאַרשייַטן לעבּן פוּן די רשָעים 8 -- ווייל לוֹט, דער צַדיק, ווען ער האָט געוואוינט צווישן זיי, האָט זיך יוֹם יוֹם געקוועלט זיין נפש ישרה, ווען ער האָט געזען און געהערט זייערע מַעשׂים רעים -- 9 דאַן ה' ווייסט וויאַזוי מַציל צוּ זיין די פרוּמע פוּן אַ נסָיון, און צוּ האַלטן צו בּאַשטראָפוּנג די רשָעים בּיז דעם יוֹם-הַדין, 10 און בִּפרַט די, וועלכע גייען נאָך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש און פאַראַכטן כָּל סַמְכוּת [זען מתי 28:18]. עזות פּנימער, פרעכע, זיי צימערן נישט צוּ לעסטערן שׂרָרות, 11 בּשעת מַלאָכים, הַגַם גרעסער אין כח און גבורה, בּרענגען נישט קעגן זיי קיין לעסטערנדיקן מִשפּט לִפְנֵי ה'. 12 זיי אָבּער, ווי אומפאַרשטאַנדיקע חיות, בּטבע געבּוירן דערצו, כדי לְהִלָּכֵד וּלְהִשָמֵד, לעסטערן דאָס, וואָס זיי פאַרשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פאַרדאָרבּנקייט, 13 ליידנדיק דער שׂכַר פוּן אוּמגערעכטיקייט. זיי האַלטן עס פאַר אַ תַּענוּג צוּ פרעסן דוּרכן טאָג, זענען פלעקן און פעלערן, און הוּליען אין זייערע שקָרים, בּשַעת זיי מאַכן סעוּדות מיט אייך. 14 זיי האָבּן אויגן, וואָס זענען פוּל מיט נִאוּפִים, און וואָס קענען זיך נישט צוּריקהאַלטן פוּן הַחֵטְא; זיי פאַרכִּישופן נשָמות פעלנדיק יציבות; זיי האָבּן אַ לֵב אויסגעאיבּט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון אַ קללה. 15 ווייל זיי האָבּן פאַרלאָזן דעם דֶרֶך-הַיָשָר, זענען זיי פאַרבּלאָנדזשעט געוואָרן, און זענען געגאַנגען דעם דֶּרֶךְ פוּן בִּלעָם בֶּן-בּעוֹר, וואָס האָט ליבּ געהאַט דעם שׂכַר הָרֶשַע; 16 ער איז אָבּער געשטראָפט געוואָרן פאַר זיין אייגענער עַבֵירה : אַ שטוּם אייזל האָט גערעדט מיט אַ קוֹל אָדָם, און האָט פאַרמיטן דעם שִגָעון פוּן דעם נָביא [במדבר 22:28]. 17 דאָס זענען בְּאֵרוֹת אָן מַיִם, און נעפּלען געטריבּן פוּן אַ שטוּרעם; פאַר זיי איז אָנגעגרייט געוואָרן די שטאָק-חֹשֶךְ. 18 וואָרעם ווען זיי רעדן אַרויס גרויסע אויפגעשוואָלענע רייד פוּן הֶבֶל, פאַרכִּישופן זיי דוּרך גלוּסטיקייטן און די תַּאוות בְּשָׂרִים יענע, וואָס זענען גראָד אַנטרוּנען פוּן די, וועלכע לעבּן אין טָעות. 19 בּשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייַהייט, זענען זיי אליין קנעכט פוּן פאַרדאָרבּנקייט; וואָרעם פוּן וועמען אַ בן אדם ווערט בּייַגעקוּמען, פוּן דעם ווערט ער אויך געבּראַכט אין עַבְדְוּת. 20 וואָרעם אויבּ נאָכדעם, ווי זיי זענען אַנטרוּנען פוּן די טוּמאות פוּן דער עוֹלם הַזֶּה דוּרך דער דַּעַת פוּן אֲדוֹנֵנוּ און גואֲלֵנו רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, ווערן זיי ווידער אַמאָל פאַרוויקלט אין די דאָזיקע און בּייַגעקוּמען, איז זייער סוף ערגער ווי דער אָנהויבּ. 21 וואָרעם סע וואָלט געווען בּעסער פאַר זיי נישט צוּ האָבּן האָט דַּעַת דעם דֶּרֶךְ צֶדֶק [זען דניאל 9:24], איידער, נאָכן דערקענען, זיך אומצוקערן פון המצוה הקדושה, וואָס איז איבּערגעגעבּן געוואָרן צו זיי. 22 סע האָט געטראָפן מיט זיי לויט דעם אֶמֶתן מָשל : הכּלב שב על-קאו, און דער חַזיר, וואָס האָט זיך געווַאשן, ווידער צוּ וואַלגערן זיך אין דער בּלאָטע [זען משלי 26:11].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Peter 1
Top of Page
Top of Page