1 Timothy 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימא6

ו אַלע, וואָס זענען אוּנטער דעם יאָך פון עבדוּת, זאָלן האַלטן זייערע אייגענע האַרן ווי רָאוּי פוּן יעדן כָּבוד, כּדי דער נאָמען פוּן ה' און די [ארטאדאקסיש יידיש] לערנוּנג זאָלן נישט געלעסטערט ווערן. 2 און די, וועלכע האָבּן האַרן משיחיסט מאמינים, זאָלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען אַחִים במשיח, נאָר זאָלט זיי נאָך מער דינען, ווייל זיי זענען משיחיסט מאמינים און געליבּטע, וועלכע האָבּן אַ חלק אין דער מתנה פון ה'. דאָס דאָזיקע זאָלסטוּ לערנען און מזהיר זיין. 3 אויבּ עמיצער לערנט אַנדערש און שטימט נישט איין מיט געזוּנטע ווערטער, די ווערטער פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און דער [ארטאדאקסיש יידיש] לערנוּנג, וועלכע איז לויט דער פרוּמקייט און יראת שמים, 4 איז ער אויפגעבּלאָזן, ווייסט גאָרנישט, נאָר קרענקט אויף שאלות און מחלוקת איבּער ווערטער, פוּן וועלכע סע קוּמען אַרויס קִנאה, געצאַנק, לעסטערוּנגען, בּייזע חשַדים, 5 וויכּוּחים פוּן בני אדם, וואָס זענען פאַרדאָרבּן אין דַעַת און וואָס עס פעלט זיי דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, וועלכע מיינען אַז פרוּמקייט און יראת שמים איז אַ מיטל פאַר געווינס. 6 יראת שמים מיט צוּפרידנקייט איז אַ גרויס געווינס; 7 וואָרעם מיר האָבּן גאָרנישט אַרייַנגעבּראַכט אין דער עוֹלם הזה, און מיר קענען גאָרנישט אַרויסטראָגן; 8 האָבּנדיק אָבּער מזון און מלבּושים, לאָמיר זיין צוּפרידן מיט די דאָזיקע. 9 אָבּער די, וואָס ווילן רייך ווערן, פאַלן אַריין אין אַ נסָיון און אין אַ נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע תַּאוות, וועלכע דערטרינקען בני אדם אין אונטערגאַנג און פאַרדאַרבּעניש. 10 וואָרעם די אַהֲבָה צוּ געלט איז דער שוֹרֶש פוּן אַלע מִינים שלעכטס; וואָס אייניקע האָבּן געגלוסט און זענען פאַרפירט געוואָרן פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, און האָבּן זיך אליין דוּרכגעשטאָכן מיט אַ סַך יסורים. 11 דוּ אָבּער, אָ אִיש הָאלוקים, אַנטרין פוּן די דאָזיקע זאַכן; און גיי נאָך צדקות, יראת שמים, אֶמוּנה, אַהֲבָה, סַבלָנות, עַנִיוות. 12 הִלָהֵם הַמִּלְהָמָה הַטֹּבָה פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, כאָפּ אָן דאָס חַיי עוֹלם, צוּ וועלכן דוּ בּיסט בּאַרוּפן געוואָרן [זען רומ' 8:30], ווען דוּ האָסט בּאַקענט די גוטע אֲנִי מַאֲמִין בּאקענונג [זען רומ' 10:9] פאַר עֵדִים רַבִּים. 13 איך בּאַפעל דיר פאַר ה', הָאלוקים הַמְחַיֶּה אֶת הַכֹּל, און פאַר רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער האָט עדות געזאָגט פאַר פּוֹנְטְיוּס פִּילָטוֹס און געזאָגט די גוטע בּאקענונג [זען יוחנן 37-18:36], 14 אַז דוּ זיין שומר איבער די מִצוָה [פון אַלע בּאפעלן אין דעם בּריוו], אָן אַ פלעק, און אָן אַ פעלער, בּיז דער הוֹפָעָה פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 15 וואָס וועט בּאַווייַזן אין זיין אייגענער צייט, הַמְבֹרָךְ, הָרִבּוֹן הַיָּחִיד, דער מֵלך המלָכים, און אדון האדונים, 16 וואָס נאָר ער אַליין האָט אוּמשטאַרבּלעכקייט, און וואוינט אין ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין בני אדם האָט נישט געזען און קען נישט זען; אים געהערט דער כָּבוד און די גבוּרה לעוֹלם וָאֶד. אָמֵן. 17 די רייכע פוּן דער איצטיקער עוֹלם הַזֶּה זאָלסטוּ בּאַפעלן, אַז זיי זאָלן זיך נישט זיין גדלָנים, און אַז זיי זאָלן נישט זעצן זייער בּטחון אויף דער אוּמזיכערקייט פוּן עַשִירות, נייערט אויף ה', וועלכער גיט אוּנדז אַלץ דַי-והותר צום געניסן; 18 אַז זיי זאָלן טאָן גוּטס, און זיין רייך אין מַעשׂים-טובים, זיין גוטע געבּער, גרייט צו העלפן; 19 אָנזאַמלענדיק זיך אַן אוצר ווי אַ גוּטן יסוֹד אויף לעָתיד לָבוֹא, כּדי זיי זאָלן דערלאנגען דאָס אֶמֶתדיקן חַיים. 20 אָ טִימוֹתֵיאוֹס, היט אָפּ דעם פּקדון, אויסמיידנדיק געמיינע און פּוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאַלש-גערופענער דַּעַת [זען יוחא 3,15-4:2;2:22 און מתגשם], 21 צו וועלכער אייניקע האָבּן זיך דערקלערט און האָבּן געמאַכט אַ טָעות בּנוֹגֵע דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. דער חֶסֶד זאָל זיין מיט אייך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 5
Top of Page
Top of Page