1 Peter 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא א5

ה על-כּן, די בֵּית כְּנֶסֶת זקֵנים צווישן אייך בּין איך מַזהיר, איך, וואָס בּין אויך אַ זָקן און אַן עֵד-רְאִיָּה פוּן די יסוּרים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, ווי אויך אַ טיילנעמער אין דער כבוד, וואָס וועט אַנטפּלעקט ווערן: 2 איר האבן די עבודת קודש שרות פון רועה און משגיח רוחני; דעריבער, פיטערט די עֵדֶר ה' [ירמיהו 13:17] וואָס איז בּיי אייך, געבּנדיק הַשגָחה איבּער די שול, נישט דוּרך צוואַנג, נאָר אויס גוטן ווילן, בּרצון ה'; און נישט צוליבּ שענדלעכן פאַרדינסט, נייערט מיט חֵשֶק [פון רועה טובה]; 3 אויך נישט ווי השתלטות פון רכוש רב, ווייל ה' יש לו נחלה; נייערט מאַכט אייך פאַר בּייַשפּילן פוּן דער צֹאן ה'. 4 און ווען דער שׂר הרועים וועט אַנטפּלעקט ווערן, וועט איר מקַבּל זיין די עֲטֶרֶת כבוד, וואָס פאַרוועלקט נישט. 5 פּונקט אַזוי, איר [ישיבה] בחורים, זייט אוּנטערטעניק די צו די בֵּית כְּנֶסֶת זקֵנים. זיך אָנקליידן מיט אַ קַפְטֶן פון עניוותדיקייט צוּ דינען איינער דעם אַנדערן; וואָרעם ה' לַלֵצִים הוא־יָלִיץ וְלַעֲנָוִים יִתֵן־חֵן [משלי 3:34]. 6 על-כּן, דערנידעריקט זיך אוּנטער דער מעכטיקער האַנט פוּן ה', כּדי ער זאָל אייך דערהייבּן אין דער געהעריקער צייט. 7 וואַרפט אַלע אייערע דַאגות אויף אים, ווייל ער זאָרגט פאַר אייך [זען תהלים (23)55:22]. 8 זייט ניכטער, זייט וואַך, אייער שׂונא, הָשָׂטן, גייט אַרוּם ווי אַ בּרומענדיקער אַרְיֵה, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען. 9 שטעלט זיך אים אַנטקייגן, פעסט אין אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, ווייל איר ווייסט, אַז די זעלבּע יסוּרים [פון חבלי משיח] ווערן דערפילט אין אייערע אַחִים במשיח אין דער עוֹלם הַזֶּה. 10 און דער אלוקי כּל חן וחסד, וועלכער האָט אייך בּאַרוּפן צוּ כבודו לעולמים אין רֶבּי מלך המָשיחַ, וועט אייך אַליין, נאָכדעם ווי איר האָט געליטן אַבּיסל, מאַכן שלֵימוּתדיק, ויחזק און אייך בּאַפעסטיקן. 11 לו הכּבוד והגבורה לעולמי עולמים. אמן. 12 דוּרך סילוואַנוּסן [סילא, זען מהש 41-15:27; 29-16:19; 18:5-17:4; תסלא 1:1; תסלב 1:1; קורב 1:19], אוּנדזער געטרייען אָח במשיח, ווי איך רעכן אים, האָבּ איך אייך בּקִיצור געשריבּן, און מַזהיר געווען און עֵדות געזאָגט, אַז דאָס דאָזיקע איז דער חֶסֶד ה', הַחֶסֶד הָאֲמִתִּי, אין וועלכן איר שטייט. 13 פון די משיחס ברית חדשה קהִלָּה אין בָּבֶל [רומא], וואָס איז אויסדערוויילט אינאיינעם מיט אייך: דרישת שלום צו אייך; און דרישת שלום פון מַרְקוֹס [זען מהש 12:12,25; קול' 4:10; פילמ' 1:24; טימב 4:11; מרק' 16:20-1:1], בְּנִי. 14 גריסט איינער דעם אַנדערן מיט אַ קוּש פוּן אַהֲבַה. שָלום צוּ אייך אַלע, וואָס זענט אין רֶבּי מלך המָשיחַ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Peter 4
Top of Page
Top of Page