Titus 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טיט'

טיט'1

א רַב שָאוּל, אַן עֶבֶד פוּן ה', און אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, למען דער [חרדי ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה פוּן די בְּחִירֵי ה', און דער דַּעַת פוּן דעם אֶמת, וואָס איז לויט דער חֲסִידוּת [אין משיח], 2 די מקור פון דאָם איז די תִּקְוָה אויף חַיֵּי עוֹלם, וואָס ה', וועלכער זאָגן נישט קיין שקר, האָט מַבטִיחַ געווען מִקֶדֶם מִימֵי עוֹלם, 3 און אין דער געהעריקער צייט אַנטפּלעקט ה'ס דָּבָר [בשורת הגאולה] אין דער הכרזה, מיט וואָס איך בּין אָנפאַרטרויט געוואָרן לויט דעם מצות ה', גואֲלֵנו ; 4 צוּ טיטוּסן, בְּנִי הָאֲמִתִּי לויט דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה הַמְשֻתֶּפֶת [זען מהש 25-21:20; גלט' 3-2:1]; חֶסֶד און שָלום פוּן ה', אלוקים הָאָב, און רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, גואֲלֵנו. 5 צוּליבּ דעם האָבּ איך דיך געלאָזן אין קרעטאַ, כּדי דוּ זאָלסט אייַנשטעלן אין אַ סֵדר די זאַכן, וואָס עס פעלט נאָך, און כּדי אַז איר געבן משיחיסט סמיכה צו [בּית כּנסת] זִקנֵי הָעֵדָה אין יעדער שטאָט, ווי איך האָבּ דיר בּאַפוילן: 6 אויבּ איינער איז אָן אַ פעלער, דער בַּעַל אִשָה אַחַת, האָט בּנים מאמינים [אין משיח], וועמען מען בּאַשוּלדיקט נישט אין צעלאָזנקייט, אָדער אומגעהאָרכזאַמקייט [זען שמא 25-2:22]. 7 וואָרעם דער מַשגיחַ עֵדת ה' מוּז זיין אָן פעלער, אַלס מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת פון ה'; נישט קיין עַקשן, נישט קיין רַגזן, נישט קיין שיכּור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין; 8 נייערט אַ מַכניס-אוֹרַח, אַ ליבּהאָבּער פוּן גוּטס, ניכטער, אַ צדיק, קֹדֶש, אייַנגעהאַלטן, 9 וואָס האַלט זיך בּיים דָּבָר מְהֵימָה לויט דער [ארטאדאקסיש יידיש] לערנוּנג, כּדי ער זאָל זיין אימשטאַנד מַזהיר צו זיין אין דער געזוּנטער לערנוּנג, און אויך צוּ רעדן שטראָפרייד צו די קעגנער. 10 וואָרעם סע זענען פאַראַן אַ סך מתנגדים, פּלאַפּלער און בּאַטריגער, בִּפרַט די פוּן די מוֹהלים פון גויים [זען מהש 15:1], 11 וועמעס מויל מען דארף פארשטאַפּן, וועלכע קערן איבּער גאַנצע בָּתִים, און לערנען וואָס טויג נישט צוליבּ שענדלעכן געווין. 12 איינער פוּן זיי, אַ נָביא פוּן זייערע אייגענע, האָט געזאָגט : כּרֵתִיּים זענען תָּמיד ליגנערס, חַיּוֹת רָעוֹת, פוילע פרעסערס. 13 דאָס דאָזיקע עדות-זאָגן איז אֶמת. צוּליבּ דער סִיבּה זאַלסטו זיי שאַרף זאָגן מוסר, כּדי זיי זאָלן זיין ארטאדאקסיש יידיש אין [משיחס] אֶמוּנה, 14 און זיך נישט האַלטן צו יידישע לעגענדעס [זען גולם, סנהדרין 65ב] און מִצוות דרבנן [זען קורא 4:6; דברים 4:2], וועלכע שמד קערן אָפּ פוּן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת. 15 פאַר די ריינע איז אַלץ טָהוֹר; פאַר די אָבּער, וועלכע זענען טמא און אוּמגלויבּיק, איז גאָרנישט טהור; נאָר זייער שֵׂכל און געוויסן זענען טמא. 16 זיי זאָגן, אַז זיי קענען ה', פאַרלייקענען אים אָבּער מיט זייערע מַעשׂים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפּעניקע, און וואָס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Timothy 4
Top of Page
Top of Page