2 Timothy 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
טימב

טימב1

א רַב שָאוּל אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דוּרך דעם רָצון ה', לויט דער הַבטָחה פוּן דעם חַיים, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 2 צוּ טִימוֹתֵיאוֹס, בְּנִי הָאָהוּב : חֶסֶד, רַחמים, שָלום ה', פון אלוקים הָאָב, און רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ. 3 איך זאָג ברוך ה', וועמען איך דין פוּן מיינע אָבות אָן מיט אַ מצפּוּן טָהוֹר, אַז אָן אויפהער האָבּ איך דיך אין זכרון אין מיינע תּפִילות, דאַווענענדיק יוֹמָם ולַיְלָה. 4 בּענק איך דיך צוּ זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כּדי איך זאָל אָנגעפילט ווערן מיט שִׂמְחָה. 5 ווען איך דערמאָן מיך אין דיין אויפריכטיקער אֶמוּנה, וואָס האָט קודם כל געוואוינט אין דיין בּאָבּע לוֹאִיס און אין דיין מוטער אבניקה [זען מהש 16:1], און איך בּין זיכער, אויך אין דיר. 6 צוּליבּ דער סבּה דערמאָן איך דיך, אַז דוּ זאָלסט ווידער אונטערפאָכן בּיז צו אַ פלאַם די מַתָּנה ה', וועלכע איז אין דיר דוּרך דער סמיכה פוּן מיינע הענט. 7 וואָרעם ה' האָט אוּנדז נישט געגעבּן קיין גייסט פוּן פַּחד, נייערט פוּן גבוּרה און אַהֲבָה און כִּבּוּש הַיֵּצֶר. 8 דערפאר שעם דיך נישט מיט דעם עֵדות-זאָגן פוּן אֲדוֹנֵנוּ, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאַנגענעם; נייערט דערטראָג די ליידן פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה' אין דער כֹּחַ ה', 9 וועלכער האָט אוּנדז געראַטעוועט אין ישועת אלוקינו, און בּאַרוּפן מיט אַ קריאה קדוֹשה, נישט לויט אוּנדזערע מַעשׂים [זען מהש 4-9:1], נאָר לויט זיין אייגענער עצה און חֶסֶד, וואָס איז אוּנדז געגעבּן געוואָרן אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע מִקֶדֶם מִימֵי עוֹלם, 10 און איז איצט אַנטפּלעקט געוואָרן דוּרך דער הוֹפָעָה פוּן גוֹאֵל [זען רות 4:7] גואֲלֵנו רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער האָט אָפּגעשאַפט דעם מָוֶת [וואָס איז, זיין אייגן הסתלקות און אייביק טויט זיך], און האָט געבּראַכט צום ליכט חַיים און אַל-כִּלָּיוֹן דוּרך דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה', 11 פאַר וועלכער איך בּין בּאַשטימט געוואָרן אַלס אַ מבַשׂר כָּרוֹז דרשן און משיחס שלִיח און אַ רַבָּנִי מוֹרֶה פוּן די אוּמוֹת-העולם. 12 צוּליבּ דער סבּה לייד איך אויך די דאָזיקע זאַכן; דאָך שעם איך מיך נישט; וואָרעם איך האָבּ דַּעַת אין וועמען איך האָבּ געגלויבּט, און איך בּין זיכער, אַז ער איז בִּיכוֹלת אָפצוּהיטן מיין [ארטאדאקסיש יידיש (זען מהש 25-21:20)] פִקָדוֹן געגעבן איבער צו אים בּיז צו יום ההוא. 13 האַלט דיך בּיים פאָרבּילד פוּן געזוּנטע ווערטער, וועלכע דוּ האָסט געהערט פוּן מיר, אין אֶמוּנה און אין אַהֲבָה, וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 14 זאָלסט אָפּהיטן דעם [ארטאדאקסיש יידיש] פִּקָדוֹן הַטּוֹב דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אוּנדז. 15 דאָס דאָזיקע ווייסטוּ, אַז פון מיר האָבּן זיך אָפּגעקערט אַלע [זען אלע טימב 4:16], וואָס זענען אין אַסְיָה קליין, צווישן וועלכע עס זענען פיגֶלוֹס און הֶרְמוֹגֶנִיס. 16 זאָל הָאָדוֹן שענקען רחמים צו דעם בּני בֵּית פוּן אוֹניסיפורוס; ווייל אַ סך מאָל האָט ער מיך דערקוויקט, און זיך נישט געשעמט מיט מיינע קייטן, 17 נאָר קומענדיק קיין רומא, האָט ער מיך פלייסיק אויפגעזוכט און געפונען -- 18 זאָל אים הָאָדוֹן געבּן, אַז ער זאָל געפינען רַחמים בּיים ה' אין יום ההוא -- און וויפל ער האָט מיר געדינט אין אֶפֶסוֹס, ווייסטוּ גאַנץ גוט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Timothy 6
Top of Page
Top of Page