2 Peter 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא ב

כֵּיפָא ב1

א שִמעוֹן כֵּיפָא, אַן עֶבֶד און שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, צוּ די, וועלכע האָבּן מקַבּל געווען די זעלבּיקע טייערע [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה ווי מיר [שליחים], אין דער צדקות פוּן אלוקינו און גואֲלֵנו רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 2 חֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום ה' זאָל זיך פיל פאַרמערן אין דער [אמונה ראַטעווען די נפש] דַּעַת פוּן ה' און פוּן יהושע/ישוע אֲדוֹנֵנוּ. 3 ווייל גבורת ה' פון אים האָט אוּנדז געשאָנקען אַלץ וואָס האָט אָ שייַכות צוּם חיים ה' און צו חֲסִידוּת, דוּרך דער [אמונה ראטעווען די נפש] דַּעַת פוּן אים וועלכער האָט אוּנדז בּאַרוּפן [מיט קריאה ה', זען כיפא א 2:9; 5:10] דוּרך זיין אייגענער כבוד און גוּטע מִידות [צדקות, זען כיפא ב 7-1:5; 2:5,21; 3:13], 4 דורך וועלכע ה' האָט אוּנדז געשענקט זיינע טייערע און זייער גרויסע הַבטָחות [זען כיפא ב 3:4,9,13], כּדי דוּרך די דאָזקיע זאָלט איר דבקות טיילנעמערער ווערן בְּחַיֵּי ה' פון געטלעכע טֶבע [זען יוחנן 1:13; 3:6; יוחא 3:9], אַנטרוּנענדיק פון דער התַּאווה הולידה פאַרדאַרבּוּנג פון די עוֹלם הַזֶּה [זען כיפא א 1:14]. 5 און צוליבּ דעם דאָזיקער סִיבּה, גיט צוּ פוּן אייער צַד די גאַנצע פלייסיקייט, און צוּ אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, גיט הַמַּעֲלָה הַמּוּסָרִית, און צוּ אייערע הַמַּעֲלָה הַמּוּסָרִית, גיט דַּעַת [זען רומ' 16:19], 6 און אין אייער דַּעַת [זען רומ' 16:19], גיט כּבּוּש היּצר, און צוּ אייער כּבּוּש היּצר, גיט סַבלָנות, און צוּ אייער סַבלָנות, גיט חֲסִידוּת, 7 און צוּ אייער חֲסִידוּת, גיט משיחיסט אַחֲוָה, און צוּ אייער משיחיסט אַחֲוָה, גיט אַהֲבַה. 8 וואָרעם ווען די דאָזיקע זאַכן זענען פאַראַן בּיי אייך און פאַרמערן זיך, מאַכן זיי אייך איר זאָלט נישט ווערן בָּטל, אויך נישט אוּמפרוּכטפּערדיק אין דער [אמונה ראַטעווען די נפש] דַּעַת פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 9 וואָרעם דעם, וועמען סע פעלן די דאָזיקע מידות טובות, איז בּלינד, קורצזיכטיק, און האָט פאַרגעסן די רייניקוּנג פוּן זיינע אלטע חטאִים. 10 דערפאַר, אחים במשיח, פלייסיקט זיך נאָך מער פעסט צוּ מאַכן אייער קריאה ה' (בּאַרוּפוּנג) און בּחירה ה' (אויסדערוויילונג); וואָרעם אויבּ איר וועט דאָס טאָן, וועט איר קיינמאָל נישט שטרויכלען. 11 וואָרעם אַזוי וועט אייך רייכלעך געגעבּן ווערן דער אַרייַנגאַנג אין דער מַלְכוּת עוֹלָמִים פוּן אֲדוֹנֵנוּ און גואֲלֵנו רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 12 דערפאַר וועל איך תָּמיד זיין גרייט אייך צוּ דערמאָנען וועגן די דאָזיקע זאַכן, הַגַם איר קענט זיי און זענט בּאַפעסטיקט אין דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת, וועלכער איז בּיי אייך. 13 און איך האַלט עס פאַר רעכט, כָּל-זמַן איך בּין אין דעם דאָזיקן מִשְכָּן, אייך צוּ דערוועקן מיט אַ דערינערונג; 14 ווייל איך ווייס, אַז אין גיכן וועל איך אָפּלייגן מיין מִשְכָּן, ווי אויך אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע האָט עס מיר קלאָר געמאכט. 15 און איך וועל מיך פלייסיק בּאַמיען, אַז נאָך מיין יְצִיאָה זאָלט איר זיין בּכּוֹח זיך צוּ דערמאָנען די דאָזיקע זאַכן. 16 וואָרעם מיר האָבּן נישט נאָכגעפאָלגט קיין אויסגעקליגלטע לעגענדעס [זען גולם, סנהדרין 65ב] ווען מיר האָבּן אייך בּאַקאַנט געמאַכט די גבורה פון אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע און זיין קוּמען [בּיאַת המָּשִיחַ], נאָר מיר זענען געווען עֵדות, וואָס האָבּן געזען מיט די אייגענע אויגן משיחס כבוד. 17 וואָרעם ער האָט בּאַקומען פוּן ה' האלוקים הָאָב כָּבוד און הערלעכקייט, ווען אַזאַ בּת קוֹל איז אַראָפּגעקומען צו משיח פון דער דערהויבּענער הערלעכקייט : זה בּני אהוּבי אשר בּו חפצתּי [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער אין וועמען איך האבּ אַ וואוילגעפעלן, תהלים 2:7; בראשית 22:2; ישעיהו 42:1]. 18 און דאָס דאָזיקע בּת קוֹל האָבּן מיר געהערט קוּמען פוּן הימל, בּשעת מיר זענען געווען מיט משיח אויף ההָר הקודש [זען מתי 9-17:1; מרק' 10-9:2; לוקס 36-9:28]. 19 און מיר האָבּן דאָס דָּבָר ה' פוּן נבוּאה נאָך זיכערער, און איר טוּט רעכט, האַלטנדיק זיך דערצו, ווי צו אַ מנורה, וואָס שיינט אויף אַ טונקל אָרט, בּיז דער טאָג בּרעכט אַריין, און דער כּוֹכָב [זען במדבר 24:17] וועט אויפגיין אין אייערע לְבָבוֹת; 20 וויסנדיק דאָס דאָזיקע קודם כל, אַז קיין נבוּאה פוּן די כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש קען נישט האבּן קיין מיין אייגענער פּריוואַטן פֵּרוּש [זען קורא 2:13; משיח און אנשי אמת קען אויפעפענען פֵּרוּש פון כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש, זען התג' 14-5:1; לוקס 24:45; כיפא ב 3:16]; 21 וואָרעם נבוּאה איז נישט פון דעם רָצון פון לויטער בני אדם פעלנדיק דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען טימב 3:16 כיפא ב 3:16]; נבוּאה איז פון הרוח הקודש טראָגנדיק נביאים וועלכע גערעדט פון ה' [זען טימב 3:16].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Peter 5
Top of Page
Top of Page