1 Peter 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
כֵּיפָא א

כֵּיפָא א1

א כֵּיפָא, אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, צוּ די אויסדערוויילטע, די בחירים, צו די גָלוּת גֵרִים פוּן פאָנטוּס, גָּלַטְיָה, קַפָּדוֹקְיָה, אַסְיָה קליין, און בִּיתִינְיָה, 2 לויט דעם יְדִיעָה מִקֶדֶם פוּן ה' אלוקים הָאָב, בְּקִדּוּש הָרוּחַ הַקוֹדֶש, צוּ געהאָרכזאַמקייט און בּאַשפּריצונג [יֵזֶּה, זען ישעיהו 52:15; שמות 24:8, שפּרענגוּנג] פוּן דעם דָּם פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע: חֵן וחֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום ה' זאָלן זיך פיל פאַרמערן. 3 בּרוך ה' האלוקים הָאָב פוּן אֲדוֹנֵנוּ רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער האָט לויט זיין רַחמים הרבים אוּנדז ווידערגעבּוירן צוּ אַ תִקְוָה חַיָּה [זען יוחנן 1:13], דוּרך דעם תּחִיַת-הַמֵתים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען קורא 15:5], 4 פאַר אַ ירושה וואָס איז אוּמפאַרדאַרבּליך, אוּמבּאַפלעקט, וואָס ווערט נישט פאַרוועלקט, און וועלכע איז בּאַהאַלטן אין הימל פאַר אייערטוועגן; 5 איר, וואָס ווערט פוּן דער מאַכט פוּן ה' אָפּגעהיטן דוּרך בּטחון פאַר ישוּעת אלוקינו, וואָס איז אָנגעבּרייט אַנטפּלעקט צוּ ווערן אין דער צייט פון קֵץ הַיָּמִים. 6 מיט דעם זאָלט איר זיך פרייען אייך, הַגַם איר זענט איצט אויף אַ קליינער וויילע, אויבּ נייטיק, טרויעריק געוואָרן דוּרך פאַרשידענע נִסיוֹנות, 7 כּדי דער עכט בּאַווייז פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, וואָס איז פיל מער ווערט ווי זָהָב -- זָהָב וואָס פאַרגייט -- הַגַם סע ווערט אויסגעפּרוּאווט דוּרך אֵש, זאָל אייך זיין צוּם תהִלָּה און כָּבוד און תִפְאֶרֶת בּיי דער הִתְגַּלּוּת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 8 וועמען איר האָט נישט געזען און האָט דאָך ליבּ; און הַגַם איר טוּט אים איצט נישט זען, דאָך טוּט איר אין אים גלויבּן, און פרייען אייך זיך מיט אַ שמחה, וואָס איז אוּמאויסשפּרעכלעך און הערלעך; 9 בּאַקומענדיק דעם תַּכלית פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, די ישוּעת אלוקינו פוּן אייערע נשָמות. 10 פוּנוועגן דער דאָזיקער ישוּעת אלוקינו האָבּן חוֹקר-ודוֹרֶש געווען די נבִיאים, וואָס האָבּן נבואות געזאָגט [זען ישעיהו 53:12-52:13; זכריה 12-6:11] וועגן דעם חֵן וחֶסֶד ה', וואָס דאַרף קוּמען אויף אייך. 11 זיי האָבּן געפאָרשט וואָסערע אוֹפן, אָדער וואָסער צייט [זען דניאל 27-9:24] דער רוּחַ פוּן מָשִיחַן [זען מהש 16:7], וואָס איז געווען אין זיי, האָט אָנגעוויזן, בּשעת ער האָט פאָרויס עֵדות געזאָגט פון די חֶבלֵי מָשִיחַ [זען תהלים 21-22:1], און די כּבוֹד [זען תהלים 31-22:22], וואָס וועלן קוּמען נאָך זיי. 12 צו זיי איז דאָס אַנטפּלעקט געוואָרן, אַז זיי האבן נישט געדינט זיך אַליין, נאָר איר ווען זיי גערעדט פון די זאַכן וואָס זענען איצט אָנגעזאָגט געוואָרן דוּרך די מבשׂרים [זען ישעיהו 40:9, משיחיסט דַרשָנִים, מַגִּידִים] פון די בּשׂוּרת הגאוּלָה פון ה' דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס איז געשיקט געוואָרן פוּן הימל [זען מהש 39-2:1]; זאַכן, אין וועלכע מַלאָכים גאַרן אַריינצוקוקן. 13 על-כּן, גוּרט אָן די גרייטקייט גארטל פון אייער רוחניותדיק שכל, זייט ניכטער, און לייגט אייער גאַנצע תִּקְוָה אויף דעם חֶסֶד, וואָס דאַרף פאַר אייך געבּראַכט ווערן בּיי דער הִתְגַּלּוּת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 14 ווי געהאָרכזאַמע בנים, זאָלט איר נישט געשטאַלטן אָדער צוּפּאַסן אייער לעבּן לויט די תַּאוות פון די פריערדיק צייטן פוּן אייער פעלנדיק [ישועת אלוקינו] דַּעַת [זען אפס' 18-4:17, זיין אַ נונקונפורמיסט וועגן תאוות]; 15 נאָר ווי דער [ה'], וועלכער האָט אייך גערופן, איז הייליק, אזוי זאָלט איר אַליין אויך ווערן הייליק אין אַלע אייערע דרכים, 16 ווייל סע שטייט געשריבּן אין תּורה: קדושים תהיו כי קדוש אני [ויקרא 11:44; 19:2]. 17 און אויבּ איר רוּפט אָן [אלוקים] הָאָב, וואָס טוּט מִשפּטן מיט לֹא משוא פנים, לויט לאיש כמעשׂהוּ [זען תהלים (12)62:13], זאָלט איר אַז גֵרִים התהלך מיט יִראַת-הכבוד אין די צייט פוּן אייער גָלוּת. 18 ווייל איר ווייסט, אַז נישט מיט פאַרדאַרבּלעכע זאַכן, מיט זילבּער אָדער זָהָב, זענט איר אויסגעלייזט געוואָרן פוּן אייער דֶרֶך הֲבֶל, וואָס איז איבּערגעגעבּן פוּן אייערע אָבות [זען רומ' 19-5:12, חטא קדמון], 19 נייערט מיט דעם טייערן דָּם פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, ווי פוּן אַ שֵׂה [זען ישעיהו 53:7; שמות 12:3], אָן אַ מוּם און אָן אַ פלעק. 20 ער, וואָס איז געווען פאָרויסבּאַשטימט איידער דער הִוָּסֵד תֵּבֵל, נאָר איז אַנטפּלעקט געוואָרן בּיים דעם אַחֲרִית הַיָּמִים פאַר אייַערטוועגן, 21 וואָס גלויבּן דוּרך אים אין ה', וואָס האָט אים מחַיה-מֵתים געווען, און האָט אים געגעבּן כָּבוד, אַזוי, אַז אייער אֶמוּנה און תִּקְוָה זאָל זיין אין ה'. 22 און האָבּנדיק געלייַטערט אייערע נפשות אין דער געהאָרכזאַמקייט צו דעם [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמת מיט דער פּועל-יוצא פון אַהֲבָה שֶל אַהֲוָה אָן זְבִיעוּת, אַזוי זאָלט איר ערנסט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן פון האַרצן; 23 ווי ווידערגעבּוירענע, נישט פוּן קיין פאַרדאַרבּלעכער זאָמען, נייערט פוּן אוּמפאַרדאַרבּלעכער, דוּרך דעם דָּבָר ה' לעבּעדיק און בּלייבּנדיק, ווייל: 24 כל הבשר חציר וכל חסדו כציץ השדה. יבש חציר נבל ציץ, 25 ודבר אלוקינו יקום לעולם [ישעיהו 8-40:6]. און דאָס דאָזיקע איז דאָס דָּבָר ה' פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס איז אייך אָנגעזאָגט געוואָרן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
James 5
Top of Page
Top of Page